אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנחם מענדל מארגנשטערן"
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{רב | {{רב | ||
| יידישע געבורט דאטום = ה'תקמ"ז | | יידישע געבורט דאטום = ה'תקמ"ז | ||
| יידישע טויט | | יידישע טויט דאטום = כ"ב שבט ה'תרי"ט | ||
}}[[File:רבי מנחם מנדל מקוצק ובניו (2).jpg|250px|left]] | }}[[File:רבי מנחם מנדל מקוצק ובניו (2).jpg|250px|left]] | ||
'''רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן זצ"ל''' ([[ה'תקמ"ז]] - [[כ"ב שבט]] [[ה'תרי"ט]]) פון קאצק, באקאנט אלס "דער קאצקער רבי". | '''רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן זצ"ל''' ([[ה'תקמ"ז]] - [[כ"ב שבט]] [[ה'תרי"ט]]) פון קאצק, באקאנט אלס "דער קאצקער רבי". |
רעוויזיע פון 12:11, 9 מערץ 2023
רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן זצ"ל (ה'תקמ"ז - כ"ב שבט ה'תרי"ט) פון קאצק, באקאנט אלס "דער קאצקער רבי".
אפשטאם
רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין גוריי אין יאר ה'תקמ"ז צו זיין פאטער הרב יהודה לייביש און זיין מוטער עטא (אדער עלקא אדער אסתר), א טאכטער פון ר' ישכר בער הלוי סג"ל פון גוריי.[1]
רבנות
אין עלטער פון פופצען יאר איז רבי מנחם מענדיל געגאנגען לערנען ביים חוזה פון לובלין, נאכהער איז ער געגאנגען לערנען ביים ייד הקדוש אין פרשיסחא, נאך זיין רבין'ס פטירה איז רבי מנחם מענדיל געבליבן ביי זיין נאכפאלגער הרב שמחה בונם פון פרשיסחא.
אין יאר ה'תקפ"ז נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא האט רבי מנחם מענדיל אנגעהויבן פראווען זיין אייגענע רביסטעווע אין טאמאשאוו אין נאכהער איז ער אריבער קיין קאצק. רוב פון די חסידים פונעם רבי'ן ר' בונים האבן מקבל געווען רבי מנחם מענדל אלס רבי'ן.
מעגליכע אפיקורסות
די מעשה האט, פאר פארשטענדליכע סיבות, פארשידענע גירסאות. לויט געוויסע מקורות, האט די רבי ביי די שבת טיש פרייטאג צונאכטס אויסגעלאשן די ליכט און אויסגערופען "לית דין ולית דיין!"[2]. לויט אנדערע מקורות האט ער נאר אנגערירט די לייכטער, און לויט געוויסער גירסאות האט ער נישט מער ווי געשריגן אויף זיינע חסידים[3], אדער אויפן באשעפער[4]. די משכילים האבן פארשפרייט אז דער קאצקער רבי איז געווארן א באהאלטענער אטעיסט[5], און די חסידים האבן נישט געוואלט רעדן דערוועגן, נאר עס גערופן "שבת שחלה רבינו".
דער רבי איז דערנאך געווען איינגעשפארט אין א שטוב צוואנציג יאר,[3] ביז זיין פטירה, און ער האט נאר געהאט קאנטאקט מיט זיינע גאר נאנטע מקורבים און משפחה.
הסתלקות
רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן כ"ב שבט ה'תרי"ט.
זיינע תלמידים
פון זיינע תלמידים:
- רבי חנוך העניך הכהן לעווין פון אלעקסאנדער
- רבי יצחק מאיר אלטער פון גער
- רבי מרדכי יוסף ליינער פון איזשביצא
- רבי יהודה לייב אייגער פון לובלין
פאמיליע
זיינע קינדער:
פון זיווג ראשון מרת גליקל (א טאכטער פון ר' אייזיק ניי פון טאמאשאוו):
- הרב דוד מארגנשטערן פון קאצק.
פון זיווג שני, מרת חיה ליפשיץ ( א טאכטכער פון ר' משה "חלפן")
- מרת ברכה, די ווייב פון הרב בערל וואלף ראפאפארט פון קאצק.
- מרת שרה צינא, די ווייב פון הרב אברהם בארנשטיין פון סאכאטשאוו.
- יעקב שמחה מארגנשטערן, נפטר געווארן אלס קינד
- הרב בנימין מארגנשטערן
- הרב משה ירוחם מארגנשטערן
- פערל מארגנשטערן
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!