אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דער בעל תשובה"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
[[קאטעגאריע:רעליגיע]] | [[קאטעגאריע:רעליגיע]] | ||
[[קאטעגאריע:פילאזאפיע]] | [[קאטעגאריע:פילאזאפיע]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:21, 27 נאוועמבער 2022
דער בעל תשובה איז א דין יודיש ביכל פון יצחק באשעוויס זינגער, ערשינען צוערשט אין 1974.
געשיכטע
יוסף שאַפּיראָ איז אויפגעוואקסן אין א חסידישן שטוב, איבערגעלעבט די קריג און זיך מסדר געווען אין די פאראייניגטע שטאטן מיט זײַן געליעבטע פון פאר דער מלחמה. ער איז מצליח, ער ווערט א גביר, אבער ער האט נישט קײַן אינערלעכע צופריעדנקייט.
נאכן דורכפאל, ווען זײַן פילגש וואס פּרעסט כסדר ארויס געלט פון אים קריגט זיך מיט זיין טאכטער, אנטלויפט ער, און ווען ער קומט אהיים אינמיטן דער נאכט, זעהט ער ווי א פראפעסאר שלייכט זיך ארויס פון דארט, לאזט ער אלעס איבער ער און ווערט א פרומער בעל תשובה.
אינהאלט
- פּראָלאָג
- ערשטער טאג
- צווייטער טאג
עס לויפט אויף א פאָרעם, אז דער שרײַבער דערציילט ווי ער האט געטראפן אן ארטאדאקסישער יוד מיט דער גאנצער טראַגע בײַם כותל, און יענער קומט צו אים אין האטעל און דערציילט אים זײַנע איבערלעבנישן.
באשעוויס שילדערט בעיקר אינעם בוך די געדאנקען און דורכגאנגען פון יוסף, וואס כאטש ער גלייבט נישט ציט עס איים דאך צום חרדישן לעבנסשטייגער. אזוי אויך ווערט ער א וועגעטאנער.
דאס בוך איז למעשה ווי א דיאלאג און וויכוח צווישן א רעליגיעזער און פרייער.
דרוקסאגראפיע
- 1974
- ה'תשל"ט, פארלאג י. ל. פרץ, תל אביב, 156 ז'.
וועב לינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!