אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מרדכי דוד הורוויץ"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:מרדכי דוד הורוויץ צו רוי:רבי מרדכי דוד הורוויץ) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מרדכי דוד הורוביץ) |
||
שורה 30: | שורה 30: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מרדכי דוד הורוביץ]] |
רעוויזיע פון 19:55, 20 אפריל 2023
רבי מרדכי דוד הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ו - ה'תש"ב), רב אין אלפין און אולינוב.
אפשטאם
רבי מרדכי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ו, צו זיין פאטער הרב חיים יעקב הורוויץ, א זון פון הרב חנינא הורוויץ, רב אין אולינוב, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רחמה א טאכטער פון הרב משה אונגאר, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
רבנות
פון יאר ה'תרמ"ו איז רבי מרדכי דוד געווען רב אין אלפין, נאך די ערשטע וועלט קריג איז ער געווארן רב אין אולינוב. ער איז געווען א אויסנאם פלאסיגער מענטש, ער איז אויפגעשטאנען אין מיטען נאכט און געלערנט עטליכע שטונדען נאכאנאנד.
הסתלקות
רבי מרדכי דוד איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
פאמיליע
רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב אליעזר ירוחם באראן, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. מען דערציילט אויף איר, אז זי האט איינמאל געפרעגט איר זיידען דעם דברי חיים פסח ביים סדר ווער איז דאס איצטער אריין געקומען!! זייערע קינדער:
- הרב אשר הורוויץ, ער האט געהייראט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. זייער טאכטער:
- מרת שיינדל מרים די ווייב פון הרב לייביש האלבערשטאם.
- הרב ראובן הורוויץ, יונגער רב אין אולינוב, ער האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יעקב יצחק הורוויץ פון בארניוו. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- מרת ייטלא די ווייב פון הרב מאיר אונגאר, רב אין ראדלאוו.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!