אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דן אונגארישער"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:56, 22 נאוועמבער 2022
הרב דן אונגארישער (כ"ב טבת תרפ"ג, 1928 - ג' חשוון תשע"ב, 31סטן אקטאבער 2011) איז געווען ראש ישיבה פון "בית מדרש עליון" אין ספרינג וואלי, ניו יארק.
רבי דן אונגארישער ווערט פאררעכנט געווען אלס דירעקטער ממשיך דרכו פון די פריערדיגע גאונים ראשי ישיבות: זיין רבי מובהק הרה"ג ר' שלמה היימאן ז"ל ראש ישיבה פון תורה ודעת און זיין שווער הרה"ג ר' ראובן גראדזאווסקי ז"ל. וואס אויף זייערע חידושים האט ער זיך געפּלאגט און מסדר געווען צום דרוק אין די מערהייט יארן פון זיין לעבן.
ער איז געווען פון די סאמע ערשטע ארטאדאקסישע יודן זיך צו באזעצן אין מאנסי (וועלכע מען האט דאן גערופן "ספּרינג וואלי") און ער האט דא מרביץ תורה געווען פאר איבער א יובל יארן.
ביאגראפיע
רבי דן איז געבוירן אין יאר תרפ"ד אין וויען, עסטרייך, דאס צווייטע קינד פון זיין פאטער ר' ירחמיאל, א טשארטקאווער חסיד, און זיין מוטער יוכבד, וואס זענען אהין אנטלאפן פון דעם שטעטל ברזשאסטיק אין גאליציע ביי דער ערשטער וועלט קריג. דארט אין וויען איז די אונגארישער פאמיליע געווען א נאנטער שכן צו די וואזנער פאמיליע וועלכע האט דאן דארט געוואוינט.
רבי ירחמיאל האט טאקע געשיקט זיינע קינדער לערנען אין דער לאָקאַלער תלמוד תורה, אבער ער האט געפילט אז דאס איז נישט גענוג פאר זיי. מיט זיין גרויס חביבות התורה האט ער געוואלט זיי זאלן אויסשטייגן עפּעס מער. דערפאר האט ער געדונגען פאר זיי א פּריוואטן מלמד מיטן נאמען ר' העניך פאדווא, וועלכער איז מיט יארן שפּעטער אויפגענומען געווארן אלס רב ואב"ד אינעם עיר ואם בישראל לאנדאן, די הויפטשטאט פון ענגלאנד.
זייענדיג אין וויען האט רבי ירחמיאל געשטופּט זיינע קינדער זיך צו ווייקן ביי די חסידישע רבי'ס און שטיבלעך וואס האבן זיך דאן דארט געפינען. רבי ירחמיאל איז דאן מקורב געווארן צום קאפיטשיניצער רבי'ן זצ"ל וואס האט דארט געוואוינט. רבי דן איז אויך נתקרב געווארן צו גרופּעס חסידישע בחורים – צווישן זיי א גרויסע גרופע בעלזא חסידים - וועלכע האבן דארט געלערנט אין די שטיבלעך און אריינגעגעבן א ווארימקייט אין די גאנצע ארום.
נסיעה קיין בעלזא
רבי דן איז אין די יוגנט איינמאל געהאט די זכיה צו פארן פון וויען קיין בעלזא אויף שבועות, און דאן האט ער ערהאלטן א ברכה פון בעלזער רב ז"ל. און אט איז וואס ער האט דערציילט ביי א געלעגנהייט: בעפאר שבועות פון יאר תרצ"ז, ווען איך בין געווען אלט קנאפּע פערצן יאר, האבן די ארטיגע בעלזא חסידים ארגאניזירט א "באָס" אויף יו"ט קיין בעלזא זיך מסתופף צו זיין בצל הרה"ק מהר"א זצ"ל. דאס איז ווי פארשטענדליך דאן געווען א גרויסער סענזאציע, אז פון וויען זאל פארן א באס צו א חסידישער רבי. און אסאך חסידישע יודן, אפילו די וואס זענען נישט געווען קיין בעלזא חסידים, האבן זיך אנגעשלאסן אין די געהויבענע נסיעה. איך, זייענדיג באפריינדעט מיט עטליכע פון די ארגאניזירער און באטייליגער אין די נסיעה, האב געהאט שטארק חשק מיטצופארן. איך האב געבעהטן מיין פאטער אז ער זאל מיר דאס ערלויבן. און צו מיין גרויס פרייד האט ער מיר געגעבן רשות. ער האט זיך געוואנדן צו איינע פון מיינע באקאנטע, א בעלזער חסיד, און אים געבעהטן אז ער זאל אכטונג געבן אויף מיר במשך פון די נסיעה. אינעם באשטימטן טאג זענען מיר ארויסגעפארן. אבער אנקומענדיג קיין גאליציע, וואו עס זענען נישט געווען קיין אויסגעפלאסטערטע וועגן, איז דער באס קאליע געגאנגען. דער מערהייט פון די מיטפארער זענען דארט געבליבן, אבער מיין באגלייטער האט באשלאסן צו פארן ווייטער קיין בעלזא מיט א פערד-און-וואגן. ממילא בין איך מיטגעפארן. און אזוי האב איך געהאט די זכי' צו זיין דארט אויף יו"ט. רבי דן שילדערט זיינע זכרונות: "עס ליגט מיר נאך אין זכרון דאס זינגען "ובאו כולם" ביים טיש. צום ערשט האט דער רב אליין געזונגען, און דערנאך דער גאנצער עולם צוזאמען. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די גרויסע התעוררות וואס האט דאן געהערשט". נאך יו"ט איז ער אריין זיך "געזעגענען" מיט א קוויטל, וואו ער האט אריינגעשריבן זיין נאמען און א בקשה "להצלחה בתורה ויראת שמים". דער רב האט אים דאן געגעבן א זעלטענע ברכה וואס איז אים שטארק צוניץ געקומען, און אים באגלייט א גאנץ לעבן. "דער אויבערשטער זאל העלפן, זאלסט קענען אלעמאל לערנען מיט הרחבת הדעת". "און ב"ה די הייליגע ברכה איז מיר בייגעשטאנען די אלע יארן", האט רבי דן ז"ל אויסגעפירט.
פארט קיין אמעריקע
ווען אין אייראפע האבן זיך אנגעהויבן פארמירן שווארצע וואלקענעס, האט רבי ירחמיאל, אין תרצ"ט, געקויפט שיפס-קאַרטן פאר דער גאנצער פאמיליע וועלנדיג אימיגרירן אין די פאראייניגטע שטאטן. אבער אלס פּוילישע בירגער האט מען נישט ערלויבט די עלטערן צו פארלאזן עסטרייך.
דאן האט רבי ירחמיאל געשיקט א בריוו צום קאפיטשיניצער רבי׳ן ז"ל, וועלכער איז שוין דאן געווען אין אמעריקע, אז ער שיקט אהין זיינע קינדער און ער זאל האלטן אן אויג אויף זיי. רבי ירחמיאל און זיין פרוי זענען אומגעברענגט דורך די נאציס אין בערגן-בעלזן, הי"ד. דער קאפיטשיניצער רבי האט דאן גענומען רבי דן מיט זיינע געשוויסטער אונטער זיין שוץ, און זיי זענען אויפגעוואקסן אינעם רבי'נס שטוב ווי אייגענע קינדער.
בעפאר רבי דן איז געפארן קיין אמעריקע, איז ער געגאנגען צום צעהלימער רב ז"ל בעטן אן המלצה צו א ישיבה וואס זאל אים צוניצקומען אין דער פרעמדער מדינה וואו ער פארט אצינד. "קום" האט דער רב געזאגט צום פופצן יעריגן בחור "איך וועל דיר שרייבן [אן המלצה] צו רבי פייוויל, ווייל דו באלאנגסט דארט". דער רב האט אים אנגעשריבן א ווארימע המלצה צו רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש ז"ל, דער גרינדער פון דער בארימטער ישיבה "תורה ודעת" אין ברוקלין.
אין תורה ודעת
ווען רבי דן האט איבערגעטרעטן די שוועל פון רבי פייוויל אין תורה ודעת, האט ער זיך באגעגנט מיט א סצענע וואס ער האט נאך קיינמאל פריער געזעהן: בחורים קריגן זיך איינער מיטן צווייטן איבער א שטיקל גמרא אדער תוספות!. מען האט אריינגעשטעלט רבי דן אין די העכסטע שיעור, וואס דאדורך איז ער געווארן פון די יונגסטע תלמידים פונעם בארימטן ראש ישיבה הג"ר שלמה היימאן ז"ל. טראץ זיין יונגן עלטער, איז ער גאר שנעל באקאנט געווארן אלס אויסערגעווענליכער מתמיד. וואס אויסער די גמרא אינטרעסירט אים גאר ווינציג פון אלעס ארום.
ער איז געווען גאר שטארק מקושר צו זיין ראש ישיבה הג"ר שלמה, וועמען ער האט באטראכט אלס זיין רבי מובהק. א קרוב פון רבי דן דרוקט זיך אויס: "עס איז נישטא קיין ווארט וואס איז ארויס פון רבי שלמה'ס מויל, וואס רבי דן וועט נישט קענען איבער זאגן פון שלאף ארויס". ער איז אויך באקאנט אלס גרויסער יר"ש. אזוי ווייט אז רבי שרגא פייוויל האט אים געשטעלט אלס אחראי אויף דעם כשרות פון ישיבה-קיך, און ער האט אים ערלויבט אליינס גיין איינקויפן דאס עסן פון געשעפט – אן אויסנאמליכע פּריווילעגיע וואס קיינער האט נישט באקומען.
מען ציט זיך קיין מאנסי
אין ליכט פון דער פּטירה פון הג"ר שלמה אין יאר תש"ה, האט רבי שרגא פייוויל באשלאסן צו גרינדן נאך א ישיבה אוועק פון די רוישיגע שטאט. און ער האט אויסגעוועלט "ספּרינג וואלי", אלס דער פּלאץ פאר דער נייער ישיבה "בית מדרש עליון". "איך דארף א ישיבה פאר צוויי בחורים" האט רבי שרגא פייוויל געזאגט, "פאר [רבי] דן אונגארישער און פאר [יבלחט"א, הרב שמחה] שוסטאל. מען קען דאך אבער נישט מאכן א ישיבה פון בלויז צוויי בחורים, אלזא לאמיר שיקן א מנין"... דער מנין איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון די בעסטע רבנים וואס רבי שרגא פייוויל האט געהאט אין יענע צייט, אין שפיץ פון הג"ר ראובן גראזאווסקי ז"ל. אן איידעם ביים בארימטן גאון הג"ר ברוך בער לייבאוויץ ז"ל. די בחורים וואס האבן געדארפט זיין די פונדאמענט פון די ישיבה, זענען אנגעקומען קיין מאנסי שפּעט ביינאכט נאך א לענגערע אויסמאטערנדע רייזע מיט א באס און שיף. די ערשטע זאך וואס זיי האבן געטון נאכן אנקומען, נאך פאַרן זיך אויספּאַקן, איז געווען צו פארבינדן די עלעקטערי און זיך גלייך געזעצט לערנען אין ביהמ"ד.
חתונה
רבי דן האט נישט אויפגעהערט צו לערנען. ער האט געהאט א געוואלדיגער חיות פונעם לערנען די הייליגע תורה. הרב הלל זאקס, א ראש ישיבה אין ארץ ישראל און אן אייניקל פון חפץ חיים ז"ל, האט זיך אויסגעדרוקט פאר א קרוב פון רבי דן: "מיר זענען געפארן קיין ספרינג וואלי זיך צו לערנען התמדה פון רבי דן!". דע ר"י הגאון ר' ראובן האט ארויסגעוויזן א שטארקע אינטערעסע אין דעם תלמיד וואס האט נישט אויפגעהערט צו לערנען. דערפאר ווען מען האט אים פארגעשלאגן פאר זיין עלטסטע טאכטער, האט ער זיך צוגעכאפט דערצו מיט ביידע הענט. נאך זיין חתונה, ווארטנדיג אז זיין באשטימטע דירה אין מאנסי זאל ווערן פארטיג, האט זיך רבי דן געצויגן אויף ביז דערווייל קיין וויליאמסבורג און זיך געזעצט לערנען אין תורה ודעת. צוויי וואכן בעפאר פסח האט רבי ראובן אינפארמירט זיין איידעם אז די דירה איז גרייט. רבי דן האט רעאגירט נישט אנדערש ווי יעדער פון אונז: "לאמיר צואווארטן די קנאפּע צוויי וואכן ביז פּסח". "צוויי וואכן אין א מענטש'נס לעבן איז א געוואלדיגער סומע פון צייט", איז געווען רבי ראובן'ס ענטפער. א ענטפער וואס רבי דן האט שפעטער אסאך גענוצט אין זיינע מוסר-שיעורים פאר זיינע תלמידים.
מיט די חידושי ר' ראובן
רבי ראובן איז נפטר געווארן אין יאר תשי"ט און רבי דן האט איבערגענומען זיין פּלאץ אין די ישיבה פארזעצנדיג דעם דרך הלימוד גענוי ווי ער האט מקבל געווען פון זיינע גרויסע רבי'ס הג"ר שלמה און הג"ר ראובן ז"ל. מיט עטליכע יארן בעפאר, נאך רבי שלמה'ס פטירה אין יאר תש"ה, האט זיין רביצין גענומען אלע כתבים וואס איר געהויבענער מאן האט אנגעשריבן דינענדיג אלס ר"י אין ווילנא בעפארן קומען צו די פאראיייניגטע שטאטן און עס איבערגעגעבן פאר זיין בעסטן תלמיד רבי דן - וואוסענדיג אז ער איז דער בעסטער קאנדידאט דערפאר. און רבי דן האט טאקע אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות אין מסדר זיין די כתבים. אין יאר תשי"ט ווען זיין שווער איז נסתלק געווארן, האט רבי דן גענומען פאר זיין לעבנס-מיסיע ארויסצוגעבן די טיפזיניגע חידושים פון זיין שווער און אזוי ארום מזכה זיין די קומענדיגע דור בני תורה מיט די געוואלדיגע ספרים. פילנדיג אז ער וועט נישט קענען טוהן ביידע בשלימות, האט ער איבערגעגעבן רבי שלמה'ס כתבים פאר הג"ר מיכל יהודה לעפקאוויץ ז"ל ר"י פאנאוויטש, וועלכער האט נאך געלערנט ביי ר' שלמה'ן אין ווילנא, אז ער זאל עס מסדר זיין צום דרוק. כאטש ר' מיכל יהודה האט למעשה ארויסגעגעבן די "חידושי רב שלמה", איז דער גאנצער ספר נשפע געווארן פון ר' דן. ווייל ר' מיכל יהודה איז מיט אים איבערגעגאנגען כמעט יעדע דעטאל ארום דאס דרוקן דעם ספר.
רבי דן זעלבסט האט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות ארויסצוגעבן דעם "חידושי רב ראובן". אויסערגעווענליך אסאך צייט האט ער אריינגעלייגט זיכער צו מאכן די פּונטקליכקייט און קלארקייט פון יעדן איינציגן חידוש. א פּלימעניק זיינער פארציילט: "ווען איך פלעג אים גיין באזוכן, איז ער שטענדיג געווען פארנומען מיטן איבערשרייבן און קארעגירן די ספרים".
און עס האט זיך אים אויסגעצאלט!. הרב יעקב קאמינעצקי ז"ל האט אמאל געזאגט אז ווען נישט די געוואלדיגע מיה וואס רבי דן האט אריינגעלייגט צו פארזיכערן זיין קלארקייט, "וואלט קיינער נישט געעפנט דעם ספר".
מיט גדולי ישראל
רבי דן האט גענאסן פון גרויס הערצה ביי אלע גדולי ישראל. הרב צבי מאיר גיזבערג שליט"א ראב"ד אגודת הרבנים האט דערציילט אן אינטרעסאנטער אנקעדאט: נאך דער מלחמה האט ער געלערנט אין "בית מדרש עליון". און ווען ער איז שפּעטער געפארן קיין א"י כדי זיך צו זען מיט זיין מוטער וועלכער ער האט שוין נישט געהאט געזען פאר עלף יאר, האט אים זיינס א חבר, וועלכער האט געלערנט בחברותא מיט הג"ר דן, געבעטן אז ער זאל אנפרעגן דעם חזון איש ז"ל צי ער זאל פארן וואוינען אין א"י. פארציילט הרב גינזבערג: "ווען איך האב פארגעלייגט די שאלה פארן חזו"א, האט ער זיך פארטראכט א מינוט און געזאגט: "איר זאגט אז ער לערנט בהתמדה, און ער האט א גוטע חברותא. נו, וואס איז שלעכט דארט?" די תשובה פונעם חזו"א האט ארויסגערופן גרויס התפּעלות ביים שואל און ביי אלע אנוועזנדע. ווען עס איז אנגעקומען צו הג"ר יעקב קאמינעצקי, איז ער אים געקומען איבערפרעגן צי דער חזו"א האט טאקע געזאגט "וואס איז שלעכט דארט?"...
אויטאריטעט אין מאנסי
רבי דן האט געהאט גאר א פארנומענער סדר היום. עס פלעגט זיך אנהויבן גאר פרי, שוין פון ארום 4:30 איז ער געזיצן אין די ישיבה און עס האט אנגעהאלטן ביז שפעט ביינאכט. און אויסער וואס ער האט געלערנט א גאנצן טאג, האט ער אויך געטראגן די פינאנציעלע לאסט פון דער ישיבה אויף זיינע פּלייצעס. אלס איינער פון מאנסי'ס ערשטע ארטאדאקסישע איינוואוינער, איז ר' דן געווען פארמישט אין אהערשטעלן דאס אויסזען פון דער שטאט. ער האט געוואכט אויף איר קדושה ווי א פאטער אויף זיין קינד. קורצליך נאך זיין זיך באזעצן אין מאנסי, האט רבי דן געהאלפן אויפבויען די מקוה אין דער ישיבה. מ'האט דאן באקומען גרויסע שטיקער אייז וואס מען האט געברויכט לייגן צו דער מקוה, אבער רבי דן האט זיך אקעגנגעשטעלט צו דער פּלאן עס צו טראנספערירן אין א טרעקל. ער האט געהאלטן אז מען דארף חושש זיין אז ס'איז א כלי וואס דאן ווערט דאס וואסער פסול. דערפאר האט ער גענומען די גאנצע פלאטע מיט אייז אין זיין האנט, און עס געטראגן מיט די אייגענע כוחות ביז די מקוה.
ווען ער האט געהערט אז די ריזן קייט-געשעפט "האום-דיפא" פּלאנירט צו בויען א פיליאלע הארט נעבן מאנסי, איז ער געווארן באזארגט ווי אזוי דאס וועט אפעקטירן די חרד'ישע שכונה. ער האט לוחם געווען פאר די קדושה פון די תורה קאמיוניטי אין מאנסי, אז מען זאל נישט איינגיין אויף א פּשרה מיט איר.
בית מדרש עליון
א צאל יארן צוריק האט רבי דן געעפנט א אפּטיילונג פון בית מדרש עליון אין בני ברק, וואו זיין זוהן רבי ירחמיאל דינט אלס ר"י. און זי פאַרמאָגט שוין היינט-צו-טאג אריבער דריי הונדערט תלמידים כ"י.
זיין פטירה
רבי דן'ס רביצין איז נפטר געווארן פיר יאר צוריק. ער האט זיך דאן מחזק געווען מיט אויסטערלישע כוחות. די לעצטע שטיק צייט האט ער געליטן פון א רויז אויף זיין פוס, אבער ער האט פּראבירט אנצוגיין כמעט ווי געהעריג מיט זיין עבודת הקודש.
פארגאנגענעם אב איז ער געווען אין א"י, און ער האט דארט באשיינט דעם אויבנאן ביי די הכנת ס"ת וואס מען האט אריינגעגעבן צום ביהמ"ד עליון אין בני ברק. זונטאג פארמיטאג איז פארשפרייט געווארן די ביטערע נייעס אז האט ער געליטן א הארץ-אטאקע. איבעראל האט מען אנגעהויבן זאגן תהילים און איינרייסן לרפואת רבי דן בן יוכבד, אבער די שערי רחמים זענען שוין געווען פארשלאסן און נאך יענעם טאג אויפדערנאכט האט ער צוריקגעגעבן זיין נשמה.
א גרויסע לוי' איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עליון וואו ער האט מרביץ תורה געווען אזויפיל יארן. די מספידים האבן אלע ארויסגעברענגט די געהויבענע שטריכן און אויפטוען פונעם נפטר וועלכער האבן געהאט ווייטגרייכנדע ווירקונגען אויפן גאנצן עולם התורה בכלל, ובפרט אין די שטאט מאנסי.
עס האבן מספיד געווען די רבנים: זיין איידעם רבי ישראל פאלק, א מגיד שיעור אין דער ישיבה; דער נאוואמינסקער רבי, רבי יעקב פערלאוו; הרב ירחמיאל אונגארישער, א פּלומעניק פון דעם רב און א ראש ישיבה אין מאנסי; רבי משה גרין; רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבה פון ביהמ"ד גבוה אין לייקוואוד; רבי דוד שוסטאהל ראש ישיבה אין ביהמ"ד גבוה און זיינע זין הרב ברוך בער און הרב שמשון.
דאן האט מען געפירט דעם ארון צום קענעדי לופטפעלד ווא עס איז פארגעקומען נאך א לוי', במעמד הרבנים הגאונים. און דערנאך האט מען געטראגן דעם נפטר קיין א"י, וואו א גרויסע לוי' איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עליון אין ב"ב. און ער איז געקומען לקבורה אין ב"ב אין די פּאנאוויזשער חלקה נעבן זיין רביצין.
ער האט איבערגעלאזט זיינע חשובע קינדער וועלכע וועלן ווייטער פירן דאס וואס ער האט אויפגעבויעט מיט אזויפיל שווייס מיה, און פילע תלמידים וועלכע וועלן האלטן הייליג זיין אנדעק.