אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים צבי טייטלבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
שורה 28: שורה 28:
* הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''' הי"ד ([[ה'תרע"ב]] - [[כ"ה אייר]] [[ה'תש"ד]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[סיגעט]].  
* הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''' הי"ד ([[ה'תרע"ב]] - [[כ"ה אייר]] [[ה'תש"ד]]), ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[סיגעט]].  


* הרב '''[[משה טייטלבוים]]''' ([[ה'תרע"ה]] - [[כ"ו ניסן]] [[ה'תשס"ו]]), רב אין [[זענטא]], [[סיגעט]]ער רב אין [[אמעריקא]], נאכהער געווארן [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי.
* הרב '''[[משה טייטלבוים]]''' ([[ה'תרע"ה]] - [[כ"ו ניסן]] [[ה'תשס"ו]]), רב אין [[זענטא]], [[סיגעט]]ער רב אין [[אמעריקא]], נאכהער געווארן [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] רבי.


* מרת '''רויזא בלומא''' הי"ד ( - [[ג' שבט]] [[ה'תש"ב]]), די ווייב פון הרב '''יחזקאל שרגא האלבערשטאם''' פון [[ציעשינאוו]], א זון פון הרב [[שמחה ישכר בער האלבערשטאם]], רב אין [[ציעשינאוו]].
* מרת '''רויזא בלומא''' הי"ד ( - [[ג' שבט]] [[ה'תש"ב]]), די ווייב פון הרב '''יחזקאל שרגא האלבערשטאם''' פון [[ציעשינאוו]], א זון פון הרב [[שמחה ישכר בער האלבערשטאם]], רב אין [[ציעשינאוו]].

רעוויזיע פון 08:11, 13 מערץ 2023

אדמו"ר חיים צבי טייטלבוים פון סיגעט, מחבר פון עצי חיים

רבי חיים צבי טייטלבוים (ה'תר"ם- ו' שבט ה'תרפ"ו), באקאנט אלס דער עצי חיים, איז געווען דער דריטער סיגעטער רב פון דער טייטלבוים פאמיליע.

אפשטאם

רבי חיים צבי איז געבוירן אין טעטש, אונגארן, אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, רב אין סיגעט, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער "ייטב לב", א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער "ישמח משה". און צו זיין מוטער חנה א טאכטער פון הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

אלס בחור איז ער געפארן צום "בית יצחק" צו באקומען ביי אים היתר הוראה. ווען דער בית יצחק האט אים געפרעגט זיין נאמען, האט ער געענפערט חיים הירש "טב" אן צו זאגן אז ער איז א זון פונעם סיגעטער רב. דער בית יצחק האט אים פארהערט און געשריבן פאר אים א היתר הוראה. ארויסגייענדיג פון שטוב, האט דער בית יצחק אים באגלייט צו דער טיר, וואו ער האט געזען א איד שטיין. האט ער אים געפרעגט וואס ער וויל, האט יענער געענטפערט "כ'בין דער גבאי פון חיים צבי", האט דער בית יצחק צוריקגעפרעגט, "און ווער איז חיים צבי?", ענטפערט אים דער גבאי "דאס איז דעם סיגעטער רבי'נס זון". הערנדיג דאס האט דער בית יצחק גערופן חיים צבי ער זאל אים צוריקגעבן די היתר הוראה, ווייל ער וויל שרייבן פאסנדיג פארן סיגעטער רבי'נס זון. אבער חיים צבי האט אנגרופן אז ער איז געקומען נעמען היתר הוראה פאר זיך, און נישט פאר זיין פאטער.[1]

רבנות

נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרס"ד, איז רבי חיים צבי געווארן אויפגענומען רב און אב"ד אין סיגעט, אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי חיים צבי איז פלוצלינג נפטר געווארן פון א מח בלוטשטורץ אין קליינווארדיין ו' שבט ה'תרפ"ו. מען האט אים געפירט צו קבורה צומארגן אין סיגעט.

פאמיליע

רבי חיים צבי האט געהייראט מרת סימא ברכה, א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם רב אין ראצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. פון זייערע קינדער:

זיי האבן געהאט 14 קינדער נאר 2 קינדער און 2 אייניקלעך האבן איבערגעלעבט די חורבן אייראפע:

  • מרת חנה, די ווייב פון הרב יחיאל יהודה אייזיקסאן פון אחוזה, חיפה
  • מרת יוכבד, די ווייס פון רבי יוחנן טווערסקי, זון פון רבי פיניעלע אוסטילער
  • חנניה יו"ט ליפא, נפטר אלס קינד
  • גיטל יהודית, נפטר יונגערהייט
  • הב' יחיאל מיכל הי"ד
  • הב' משולם זוסיא הי"ד

זיינע ספרים

  • עצי חיים על התורה
  • עצי חיים, הלכות מקוואות
  • שו"ת עצי חיים
  • עצי חיים, מועדים
  • עצי חיים אויף מסכת גיטין

וועבלינקען

רעפערענצן

  • מצבת קודש, רבי יקותיאל יהודה גרינוואלד
  • זכרונם לברכה, רבי אהרן פערלאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!