אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געאגראפיע פון ארץ ישראל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (הוספת קישור בינוויקי he:גאוגרפיה של ארץ ישראל)
שורה 22: שורה 22:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:גאוגרפיה של ארץ ישראל]]

רעוויזיע פון 14:18, 20 אפריל 2023

סאַטעליט בילד פון ארץ ישראל פון 2003, וואָס אנטהאלט די מדינות פון ישראל און טיילן פון דער טעריטאָריע פון לבנון, סיריע, ירדן און עגיפטן

ארץ ישראל געפינט זיך אינעם קאָנטינענט אזיע אין דעם מיטל מזרח און איז אריינגערעכנט אינעם בעקן פונעם מיטלענדישן ים. זיין צפון גרעניץ איז אין דרום פון היינטיגן לבנון און זיין צפון מזרח גרעניץ איז אין דרום־מערב סיריע; אין מזרח און דרום־מזרח טוט ער גרעניצן דעם אראבישן מדבר און ביים דרום עק איז דער ים סוף ; אין דער מערב זייט איז דער מיטלענדישן ים און אין דרום-מערב דער סיני האלאינזל.

ארץ ישראל געפינט זיך ביים האַרץ פונעם מיטל מזרח. ער איז פלאַצירט צו מערב פון דעם געגנט גערופן די פרוכבארע האלב־לבנה און צום דרום פון דער געגנט גערופן דער לעוואַנט, כאָטש לעצטנס באדייט דער באַגריף בלויז סיריע און לבנון.[1] הגם ארץ ישראל איז איינע פון די קלענסטע לענדער אין דער וועלט, ליגט עס צווישן פארשידענע געאלאגישע, פיזיאלאגישע און קלימאטישע עלעמענטן, און איז א פארבינדונגספונקט צווישן די דריי אלטע קאנטינענטן: אייראפע, אזיע און אפריקע .

ארץ ישראל האט א מיטלענדישן קלימאַט, דאָס הייסט - א לאַנגער קלאָרער, וואַרעמער און טרוקענער זומער, און דער ווינטער איז מילדער, אין די בערג און אין צפון א ביסל קעלטער. דער צפון און מזרח זענען בערגיש, אין דער מערב איז דער בארטן פּלוין, צו מזרח פלוסט דער ירדן, און אין דרום איז מדבר. אייבערפלאַך וואַסער געפונט זיך אין ארץ ישראל מערסטנס אין די פאלגנדע דריי ערטער: דער ים כנרת (מיט א שטח פון 164 קילאמעטער²), דער ים המלח (310 קילאמעטער²) און דער ירדן טייך (מיט א לענג פון 251 קילאמעטער). אין ארץ ישראל געפינט זיך דער נידריגסטער לאנדפונקט אין דער וועלט: דער ברעג פונעם ים המלח. פון 2017, איז דער ברעג הויך 431 מעטער אונטערן ים שטאַפּל . דער העכסטער פונקט מערב פון דעם ירדן איז בארג מירון מיט אַ הייך פון 1,204 מעטער. ווען מען רעכנט אריין דעם גולן געפינט זיך דער העכסטער פונקט אין בארג חרמון, אַ קופּאָל מיט א הייך פון 2,236 מעטער.

דער ווייטסטער פונקט אין דער וועלט פון ארץ ישראל וואס איז אויף א יבשה פון איז דער (באוואוינטער) אינזל פון ראפא איטי ( אין די באַס אינזלען - וואס געהערן צו פראנצויזישער פּאָלינעזיע); דער אַנטיפּאָד פון דעם אינזל איז פלאצירט אנדערט האַלב גראַד דרום־מזרח פון אילת .

געשיכטע

אוראלטע צייט

די מיטל אלטער

מאדערנע צייט

קלימאט פון ארץ ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. ארנון סופר, תמורות בגאוגרפיה של המזרח התיכון, עמ' 15.