אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה קארדאווערא"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט רוי:משה קארדאווערא צו רוי:רבי משה קארדאווערא) |
ק (החלפת טקסט – "נקבר אין" ב־"באערדיגט אין") |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
[[קאטעגאריע:צפת]] | [[קאטעגאריע:צפת]] | ||
[[קאטעגאריע:מקובלים]] | [[קאטעגאריע:מקובלים]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין צפת]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:22, 17 מערץ 2023
רבי משה קארדאווערא (רמ"ק) (ה'רפ"ב - כ"ג תמוז ה'ש"ל), פון די הויפט מקובלים אין צפת, און דער רבי פון אר"י הקדוש.
זיין יוגנט
דער רמ"ק איז געבוירן אין יאר רפ"ב. זיין געבורטס פלאץ וויייסט מען נישט, אבער זיין פאמיליע־נאמען ווייזט אז דער אפשטאם פון די משפחה איז פון קארדאבע אין שפאניע. געוואקסן איז אין צפת, דארט האט ער געלערנט ביי רבי יוסף קארו אין רבי יעקב בירב האט מסמיך געווען צו דיינות.
ער האט חתונה געהאט מיט די שוועסטער פון רבי שלמה אלקבץ, און ביי צוואנציג יאר האט ער אן געהויבן לערנען קבלה ביי זיין שוואגער. נאך געציילטע יאר איז ער ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין צפת. צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי חיים וויטאל און רבי אליהו די ווידאש (בעל ראשית חכמה).
דער רבי פון קבלה
ווען דער אר"י איז געקומען קיין צפת האט ער געלערנט ביים רמ"ק ביז זיין פטירה כ"ג תמוז ה'ש"ל. און דער אר"י איז געווארן דער הויפט יורש צו פירן דעם קבלה לערנען, על אף וואס דער וועג פון אר"י אין קבלה איז אנדערשט פון זיין רבי'ן.
זיינע ספרים
- פרדס רימונים - דע וועג אין קבלה לויט'ן רמ"ק.
- תומר דבורה - מוסר לויט די י"ג מידות און עשר ספירות.
- אור יקר - פירוש אויף ספר הזוהר.
- אילימה רבתי - ביאורים אין קבלה.
- שיעור קומה - ביאור אויף די "אידרות" פון זוהר.
- אור נערב - א קונטרס אויף די חשיבות פון לערנען קבלה.
- ספר הגירושין - חידושים פון זיין התבודדות צייט.
- תפילה למשה- פרוש התפילה.
זיינע תלמידים
- רבי אליהו די וידאש
- רבי מנחם עזריה פון פאַנא
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!