אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דזשאן מיינארד קינס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 14: שורה 14:
[[קאַטעגאָריע:בריטישע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:בריטישע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:עקאנאמיסטן]]
[[קאַטעגאָריע:עקאנאמיסטן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 12:36, 27 נאוועמבער 2022

דזשאן מיינארד קינס

דזשאן מיינאַרד קינס (ענגליש: John Maynard Keynes;‏ 5טן יוני 1883 - 21סטן אפריל 1946) איז געווען א בריטישער עקאנאמיסט, און דער גרינדער פון דער סיסטעם פון קינסישער עקאנאמיק. זיין שיטה אין עקאנאמיק האט ער פארגעשטעלט אין זיין בוך "די אלגעמיינע טעאריע פון באשעפטיקונג, פראצענט און געלט" אין 1935, וואס ער האט געשריבן נאך דעם אלוועלטלעכן עקאנאמישן קריזיס וואס האט אויסגעבראכן אין 1929. ער איז געווען פון די פיאנערן פון מאקראעקאנאמיק.

ביאגראפיע

קינס איז געבוירן אין קעמברידזש, דאס עלטסטע קינד פון זיין פאטער, דזשאן נעוויל קינס, א לעקטאר אין עקאנאמיק אין דעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש, און זיין מוטער, פלארענס עדא ברוין.

אין 1902 האט קינס אנגעהויבן שטודירן אין קעמברידזש, צוערשט מאטעמאטיק און דערנאך עקאנאמיק. ער האט באקומען א ב. א. דיפלאם אין 1905. אין 1925 האט ער געהייראט די רוסישע באלערינע, לידיא לאקאפאווע.

אין 1942 האט מען באשטימט קינס א באראן; ער האט גענומען דעם טיטל "באראן קינס".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!