מאשרי תמונות, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
487
רעדאגירונגען
ברוך (שמועס | ביישטייערונגען) ק (הגהה) צייכנס: אויס ווייטערפירונג רויע רעדאגירונג |
|||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
'''שוטה''' הייסט אזא סארט [[משוגע]]נער, א מענטש וואס זיין שכל איז נישט גלייך און איז נישט מיושב. | |||
אין די [[הלכה]] געפינען מיר סימנים ווען א מענטש הייסט א שוטה: איינער וואס גייט אליינס ביינאכט. ער נעכטיגט אין א בית הקברות. ער צורייסט זיינע בגדים. ער פארלירט וואס מען גיט אים. | |||
לויט די הלכה איז א שוטה פטור פון אלע [[מצוה|מצות]], ער איז נישט באגלייבט ביי משא ומתן, ער קען נישט זוכה זיין און נישט מזכה זיין (שו"ע חו"מ סי' רל"ה ס"ב). א שוטה האט אויף א פראבלעם ביים זיך [[גט|געטן]] וויבאלד זיין גט איז נישט קיין גט, און א [[פרוי]] א שוטה קען נישט מקבל זיין זיין א גט. (כתובות קיב. יבמות קיג:). | |||
די [[משנה]] ([[בבא קמא]]) זאגט ''חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה'', עס איז אך און וויי ווער עס הייבט אהן מיט א שוטה, ווען ער שעדיגט איינעם איז ער נישט מחויב צו באצאהלן, אבער ווען מען שעדיגט אים איז מען אים מחויב צו באצאלן. | |||
עס איז אויך דא א זאך ווי ''עתים שוטה עתים חלומה'', אמאל איז ער שוטה אמאל איז ער געזונט, פון דאנעט נעמט זיך דאס ווערטל וואס מען זאגט אויף א מענשט וואס איז אביסל נארמאל, ער איז '''עתים'''. | |||
אין דער [[גמרא]] (גיטין סח:) שטייט, א שוטה זאגט נישט איבער א זאך יעדן טאג, דאס הייסט אויב איינער זאגט איבער יעדן טאג די זעלבע נארישקייט, און מען ווייסט נישט צי ער איז א שוטה אדער נישט דארף מען חייש זיין אפשר איז ער גערעכט, אזוי האט מען געטראפן אז [[שלמה המלך]] איז דער מלך נישט [[אשמדאי]]. | |||
[[קאַטעגאָריע:פסיכאלאגיע]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
רעדאגירונגען