אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דוד רויטמאן"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:55, 22 נאוועמבער 2022
דוד רויטמאן (ה'תרמ"ד - ה'תש"ג) איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר. ער איז געווען פון די גרויסע חזנים אין די צייטן פון יאסעלע ראזנבלאט, קווארטין און הערשמאן.
החזן דוד רויטמאן איז געבוירן אין תרמ"ד אין דרעזינקע, פאדאליע. ווען ער איז געווען אלט 12 יאר פלעגן די יונגלעך דאווענען קבלת שבת צוזאמען יעדן פרייטיג צונאכט, און דער יונגער רויטמאן איז געווען דער חזן. ביי די אכצן יאר האט מען אויפגענומען רויטמאן צו ווערן חזן אין דער שטאט יעליזאבעטגראד (היינט קיראווגראד). אין תרס"ט איז ער געווארן הויפט חזן אין ווילנע, אן אמט וואס ער האט געהאלטן פיר יאר. נאכדעם איז ער געווארן חזן אין פעטערבורג. ווען די רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין רוסלאנד אין 1917 האט זיך רויטמאן געצויגן קיין אדעס, וואו ער האט אויפגעשטעלט א שולע פאר יודישער מוזיק. ער האט געזונגען אין דער קאפעלע פון זיידל ראוונער. אין תרפ"א האט ער אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן. אין תרפ"א האט ער אנגעהויבן דאווענען אין דער סלאנימער שול. פון תרפ"ד ביז זיין פטירה איז ער געווען חזן אין ק"ק שערי צדק אין מאנהעטן, ניו יארק.
ער איז געווען א טענאר, באוואוסט מיט זיין אייגנארטיגער גאנג אין חזנות, מיט א בענקשאפט וגעגועים טוט ער "אויסקוועטשן" יעדעס שטיקל.
צוויי פון זיינע גאר באוואוסטע שטיקלעך, "קול ברמה" און "אשמנו מכל עם", זענען געזונגען געווארן דורך יאסעלע און ער האט אים גערופן צו דין תורה דערפאר.
רויטמאן איז נפטר געווארן אין תש"ג אין ניו יארק. אויף זיין ארט אין ק"ק שערי צדק האט מען אויפגענומען משה גענטשאף.
זיינע קאמפאזיציעס
- אל תירא מפחד פתאום
- ארבעה ראשי שנים (יוצר לפ' החודש)
- אתה הבדלת (תפלת נעילה)
- די עבודה – וכך הי' אומר (יודיש)
- הבט משמים (יודיש)
- לכתך אחרי במדבר – הבן יקיר לי
- השכיבנו
- היום תאמצנו
- לדוד מזמור
- מי שעשה ניסים
- אדם יסודו מעפר (יודיש)
- אמר רבי אלעזר
- אשמנו
- רחל מבכה על בניה
- שוכני בתי חומר (סליחות)
- שים שלום
- ונתנה תוקף
- ובמקהלות רבבות
- וכל באי עולם - כבקרת
- ולירושלים עירך
- יהי רצון (ברכת החודש)
- ישמחו (יודיש)
- מקדש מלך.