אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געטינגען"
קאין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
|
געטינגען (דייטש: Göttingen) איז אַן אוניווערסיטעט שטאָט אין נידערזאַקסן, דייטשלאַנד, און די הויפּטשטאָט פון דעם געטינגען דיסטריקט. די באַפֿעלקערונג פון דער שטאָט איז בערך 117,000 (אום 2013). דורך דער שטאָט פֿליסט דער טייך ליינע .
געשיכטע
די שטאָט שטאַמט פֿון אַ קליין דאָרף גערופֿן גוטינגי. דאָס דאָרף ווערט דערמאנט צוערשט אין אַ דאָקומענט פֿון יאָר 953. די שטאָט איז געגרינדעט געווארן צווישן די יאָרן 1150 און 1200 צפון-מערב פון דעם דאָרף און האט אנגענומען זיין נאָמען, און דאס דאָרף איז געווארן איינגעשלאסן אין די גרענעצן פון דער שטאָט. אין דעם מיטל אַלטער איז די שטאָט איז געווען איינע פון די האַנזע שטעט און ווי אַ רעזולטאַט איז זי געווארן אַ רייכע שטאָט.
בילדונד
געטינגען איז מערסט באַוואוסט פֿאַר זיין אוניווערסיטעט, דער אוניווערסיטעט פון געטינגען, וואָס איז געגרינדעט געווארן אין 1737 און איז געווען דער אוניווערסיטעט מיט דער העכסטער צאל באזוכער אין אייראפע.
די דייטשע קאנצלערן אטא פֿאן ביסמאַרק און גערהאַרד שרעדער האבן געלערנט אין געטינגען. די באַרימטע מאַטעמאַטיקער קאַרל פֿרידריך גאַוס, בערנהאַרד רימאַן און דויד הילבערט זענען געווען פראפֿעסארן אין געטינגען.
צווילינג שטעט
געטינגען איז אַ צווילינג שטאָט פון די פֿאלגנדע שטעט:
- טשעלטנהאם, ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך (פֿון יאָר 1951)
- טארן, פוילן (פֿון יאָר 1978)
- וויטנבערג, דייטשלאנד (פֿון יאָר 1987)
- פוי, פראַנקרייך (פֿון יאָר 1962)
זעט אויך
- געטינגען אוניווערסיטעט