אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גלות נאציאנאליזם"
ק (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:פאליטישער וויסנשאפט צו קאַטעגאָריע:פאליטישע וויסנשאפט) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פֿילאָסאָפֿישע אידיִאָלאָגיע אױסגעטראַכט פֿון נתן בירנבױם אינעם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן ניט קײן לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקסיסטענץ. דערצו זײַנען ייִדן שױן אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרשײדענע רײַכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן נאָר אָנערקענונג און האַלבאױטאָנאָמיע, צו שאַפֿן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם".
בירנבױמס מאָטאָ איז געװען "ישׂראל גײט פֿאַר ציון". ד"ה ייִדן און זײערע קולטורן אין גלות זײַנען װיכטיקער װי אַ בענקשאַפֿט נאָך דעם װאָס איז נאָך נישטאָ.
פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן מער װי 75% פֿון דער װעלטס ייִדן געהערט צו דער ייִדיש־רעדנדיקער עדה. בירנבױם און אַנדערע גלות־נאַציאָנאַליסטן האָבן געמײנט אַז אַ אינטערנאַציאָנאַלע גלות־קולטור װעט געבױט װערן אין יענער שפּראַך. אָבער חײם זשיטלאָװסקי, אַ באַרימטער פֿילאָסאָף, האָט געמײנט אַז אַלע עדות, אַרײַנגענומען די לאַדינאָ און מזרחדיקע עדות, האָבן אַ רעכט צו אָנערקענוג און האַלבאױטאָנאָמיע, אפֿילו אין אַ צוקונפֿטיקער ייִדישער מדינה.
נתן בירנבױמס געדאַנקן זײַנען אָנגערעגנט געװאָרן פֿון שמעון דובנאָװס "בריװן װעגן אַלטע און נײַע ייִדישקײט" און קאַרל רענערס "דער קאַמף דער עסטרײַכישן נאַציע און דעם שטאָט".
בײַם הײַנטיקן טאָג קעמפֿן די גלות־נאַציאָנאַליסטן אי קעגן דער העגעמאָניע פֿונעם ציוניזם ,װי די הױפּט־אידיִאָלאָגיע פֿון נאַציאָנאַל־באַװוּסטזיניקע ייִדן, אי קעגן דער אַסימילאַציע; װאָס האַלט אַז ייִדן זײַנען נאָר אַ רעליגיעזישע גרופּע אָדער ,נאָך ערגער, אַ דערװײַליקע גרופּע.
רעפֿערענץ
גאָלדשמיט, עמנואל. מאָדערן ייִדישע קולטור. ניו־יאָרק: פֿאָרדאַם אוניװערסיטעט פֿאַרלאַג, 2000