אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש) צו רוי:רבי חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
שורה 47: שורה 47:
==זעט אויך==
==זעט אויך==


* [[באהוש (הויף)]]
* [[באהוש (חסידות)]]


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 08:03, 13 מערץ 2023

רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (י' כסלו ה'תרכ"ד - א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד), פון דראהביטש, באקאנט אלס רבי חיים מוניא.

אפשטאם

רבי חיים מוניא איז געבוירן אין סאדיגורא, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון סטרי, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.

רבנות

נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האט רבי חיים מוני'א נישט געוואלט איבערנעמען זיין פאטער'ס רעביסטעווע, הערשט נאך דעם וואס זיין שווער דער באהושער רבי האט אים באפוילן איז רבי חיים מוני'א אריבער קיין דראהביטש און אנגעהויבן פירן דארט.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז רבי חיים מוני'א אנטלאפן קיין אונגארן און פון דארט איז ער ענדליך אנגעקומען קיין וויען.

אין יאר ה'תרע"ח האט רבי חיים מוני'א געגרינדעט אין וויען - צוזאמען מיט נאך אנדערע רוזשינער אייניקלעך - די ארגאניזאציע "ישוב ארץ ישראל", אין דעם עפנטליכן אויפרוף (קול קורא) ביים גרינדן פון דער ארגאניזאציע, ווערט ערקלערט זייער ציל, צו זארגן אז ארץ ישראל זאל נישט זיין בלויז אן ארט ווי אידן זאלן אנטלויפן אלס פאלק, נאר ס'זאל אויך זיין אן ארט פאר דער תורה, ווייל ס'איז קלאר אז דער סעקרעט פון עקזיסטענס פון דעם יידישן פאלק איז נאר דער עוויגקייט פון דער תורה.

אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי חיים מוני'א אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים, אויף רחוב דוד אין שכונת בוכרים.

הסתלקות

רבי חיים מוני'א איז נפטר געווארן א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד, און ער ליגט אין הר הזיתים.

זיין רביצין מרת שבע איז נפטר געווארן כ' אדר א' ה'תרצ"ו. און זי ליגט אין הר הזיתים.

פאמיליע

רבי חיים מוני'א האט געהייראט מרת שבע א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק שפירא.
    • ד"ר שלום יוסף שפירא, א לערער פון ירושלים.

זעט אויך

רעפערענצן

  • מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה
  • נר ישראל ח"ו בערכו (21)
  • מנחם קמפינסקי, מרוז'ין לציון, מכון הר ברכה, תשע"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!