אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רודאלף קאסטנער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רודאלף קאסטנער צו רוי:רודאלף קאסטנער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 45: שורה 45:
[[קאַטעגאָריע:ציוניזם]]
[[קאַטעגאָריע:ציוניזם]]
[[קאַטעגאָריע:ציוניסטן]]
[[קאַטעגאָריע:ציוניסטן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 12:52, 26 יאנואר 2023

רודאלף קאסטנער איז געבוירן אין קלויזנבורג, אונגארן (היינט רומעניע) אין יאר (1906) ה'תרס"ו, און געשטארבן אין תל אביב, דעם 12טן מערץ (1957) ה'תשי"ז.

פאר'ן האלאקאסט איז ער געווען אן אדוואקאט און צייטונגס שרייבער. און דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג איז ער געווען דער פירער פונעם ציוניסטישער ארגאניזאציע אין בודאפעשט, די הסתדרות הציונית בהונגריה. און אין פאקט איז ער געווען א פארמיטלער צווישען די נאציס און די יידישע געמיינדע פון אונגארן, צו ראטעווען א טייל יודען.

פארהאנדלונג צו ראטעווען יודן

אין 1944 ה'תש"ד איז ער געווען פארנומען פארהאנדלן מיט'ן ארכי-מערדער אדאלף אייכמאן - וואס איז געווען געשטעלט צו מאכן אונגארן יודנריין, דורך פארשיקן די 800,000 יודען פון אונגארען, צום טויט-לאגער אין אוישוויץ פוילין.

קאסטנער האט פראבירט צו פארהאנדלען, אז א טייל זאלן קענען פארלאזן אונגארן צו דער פריי. ער האט ענדליך באקומען אן אפמאך צו ראטעווען 1,685 יודען, מיט'ן באצאלן $1000 א קאפ, און דערצו אויך צושטעלן 'צען טויזענט' לאסט-וואגאנען פאר די נאצישע מיליטער. ס'איז עהם געלונגען צו ארויסליפערן יענעם גרויסער טראנספארט, וואס זענען געווען מער-ווייניגער פון זיין משפחה און פריינד, און אויסגעקליבענע פאליטיקאנטן פון יעדע סארט גרופע, און אויך דער קראלי-סאטמארער רב ר' יואל טייטלבוים זצ"ל איז געווען דערינען. יענע טראנספארט איז טאקע אנגעקומען קיין שווייץ אויף דער פריי.

מיטגעארבעט מיט די נאציס

עס זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן, צו קאסטנער איז א העלד פאר'ן ראטעווען יודען אדער גאר א מערדער, ווייל דורך זיין האנדלונג זענען אסאך מער יודען - אין די זעלבע צייט - פארשיקט און ערמארדעט געווארן. און היינט ווייסט מען שוין, אז דאס האט פאסירט ווייל ער האט מיטגעארבעט מיט די נאציס פאר פאליטישע אינטערעסן. דערצו, האט זיך ארויסגעשטעלט אז מערסטענס יודען וואס האבן זיך געפונען אויפ'ן קאסטנער-טראנספארט, זענען געווען זיינע פערזענליכע פריינד אינעם ציוניסטישע פירערשאפט.

אין (1960) ה'תש"כ, האט אייכמאן געזאגט פאר טיים מאגאזין אין א אינטערוויו; קאסטנער האט אין פאקט געהאלפן צו צוריקהאלטן די אונגארישע יודען פון מאכן אן אויפשטאנד ביים פארשיקן אין די געטאס, אויב וועלן די דייטשן פארקוקן אויף די פָּאר טויזנט יודען וואס ער וועט ראטעווען און ברענגן קיין פאלעסטינע.

ביי (1944) ה'תש"ד האט קאסטנער - און זיינע פריינד - שוין זיכער געוואוסט אז די דייטשן טויטן די אלע וואס זיי פארשיקען, ווייל ס'איז דאן אנגעקומען צו זייער קאבינעט לעבעדיגע עדות וואס עס גייט פאר אין אושוויץ, ווען צוויי אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, רודאָלף ווערבאַ און אלפרעד וועצלער, האבן עהם איבערגעגעבן א גאר פונקטליכע באריכט, וואס אלץ גייט פאר אינעם טויט-לאגער, וואס זיי האבן זיך קוים מיט צרות וואונדערליך ארויסגעראטעוועט, אז ער ווייסט גוט אז אלע אונגארישע יודען זענען יעצט אויפ'ן רייע צו אהין פארשיקט ווערן.

די צוויי אנטלאפענע האבן געוואלט דערמיט איבערגעבן צו ווארענען די יודען אין אונגארן זיך אויסצוהיטן באצייטנס, אבער קאסטנער האט דעם באריכט נישט פארשפרייט צו אלע יודען, און ס'דא וואס זאגן, אז ער האט געהאלטן אז ס'וואלט נאר ערגער געמאכט - לויט זיין מיינונג.

ער פארטיידיגט דעם נאצי 'קורט בעכער'

אין (1945) ה'תש"ה איז קאסטנער געפארן אינאיינעם מיט'ן נאצי 'קורט בעכער' אים צו פארטיידיגען ביי זיין געריכט. ווייל פאר'ן ענדע פונעם קריג איז בעכער געווארן באויפטראגט פון היינריך הימלער, צו פראבירען אפצושטעלן דאס פארטיליגונג פון יודען, ווארשיינליך אלץ פארשטענדליכע באדייטן, וויבאלד די אליאירטע קרעפטן האבן זיך דערנעטערט צו מאכן אן ענדע צו די קריג. און אין פאקט איז בעכער געווען דער וואס האט ערהאלטן גרויס געלט פון קאסטנער, פאר די 1685 יודען וואס זענען געראטעוועט געווארן דורך עהם.

ביי די ענדע פונעם קריג איז בעכער געברענגט געווארען פאר א געריכט, און קאסטנער האט דאן עדות געזאגט אז; בעכער איז אויסגעשניטען פון אן אנדערער שטיק האלץ ווי די אנדערע פראפעסיאנאלע מאסען-מערדער אין די פאליטישע עס עס ראנגען. אט די פארטיידיגונג האט שטארק אויפגערעגט די אונגארישע יודן.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה

ער האט זיך באזעצט אין מדינת ישראל און זיך אנגעפאנגען רופן ישראל קאסטנער, און האט באקומען ארבעט ביי דער לינקער קאנטראלירטער רעגירונג, זייענדיק א כנסת דעפוטאט פון די לינקע מפא"י. אין (1953) ה'תשי"ג האט אים מלכיאל גרינוואלד באשולדיגט אין מיטארבעטן מיט די נאציס, און אין די מיטהעלפונג פון באפרייען א נאצי קרימינאל (ווייל בעכער איז באפרייט געווארן ביי זיין געריכט). דער יועץ המשפטי האט באשולדיגט גרינוואלד מיט'ן זיין א מוציא שם רע.

שפעטער האט דער ריכטער זיך אויסגעדרוקט; קאסטנער האט זיך פארקויפט די נשמה פאר'ן שטן... און ס'איז ווידער ארויפגעברענגט געווארן צו די בג"ץ, ווי די הויכע ריכטער האבן זיך אפגערעדט אויף די נידריגע ריכטער. און שפעטער האט מען גערעכט געגעבן פאר גרינוואלד, און קאסטנער האט געוואלט אפעלירן דעם געריכט, און ס'געווארן זייער היציג אין לאנד.

אום 3טן מערץ 1957 צווישן די געפעכטן, איז איין נאכט פלוצלינג קאסטנער געשאסן געווארן - דורך א גרופע פון דריי מענטשן, און איז געשטארבן פון די וואונדן ניין טעג שפעטער.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!