אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ברוך שמשון האגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 47: שורה 47:
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאטעגאריע:וויזשניצער אדמורי"ם|ברוך שמשון]]
[[קאטעגאריע:וויזשניצער אדמורי"ם|ברוך שמשון]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 08:12, 27 נאוועמבער 2022

וויזשניצער רבי פון בית שמש
רבי ברוך שמשון האגער
אדמור מויזניץ בית שמש שליטא.jpg
געבורט מאנסי

רבי ברוך שמשון האגער (געבוירן ז' שבט ה'תשכ"ד), איז דער הויפט מאנסי-וויזשניצער רבי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק).

לעבענסגעשיכטע

רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ד אין אמעריקע צו זיין פאטער, רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא. אין יאר ה'תשמ"ג האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד רבי ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. נאך זיין חתונה איז ער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל. עטליכע יארן שפעטער איז ער באשטימט געווארן רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בני ברק, דארט וואו האט ער געוואוינט פאר פילע יארן. אנפאנג פון די ה'תש"ס יארן האט ער אויפגעגרינדעט אין בית שמש א בית מדרש און א קהילה וואס האט זיך היפש פארברייטערט מיט די יארן, און אנשליסנד האט ער געטוישט זיין וואוינארט צו בית שמש מיט דער דערמונטערונג פונעם פאטער און פונעם שווער. היינט איז ער דער וועג ווייזער פון הונדערטער חסידים. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם, און פילע חסידים קומען צו אים פאר עצות און ברכות. טראצדעם וואס ער וואוינט אין בית שמש פארט ער אפטמאל קיין בני ברק צו פארברענגן שבתים מיט די חסידים. זיין פעטער און רעביצינ'ס זיידע הרה"ק בעל ה"ישועות משה" פון וויזשניץ, פלעגט פילמאל זיך איבערשרייבן מיט אים אין עניינים פון לימוד. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אום כ"ט אדר ה'תשע"ח, איז ער באקרוינט געווארן אלס דער הויפט רבי פון וויזשניץ-מאנסי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק).

קינדער

  • מרת מרגלית, ווייב פון איר שוועסטער־קינד רבי ישראל, זון פון רבי מנחם מענדל האגער, דער וויזשניצער רבי פון קייאמישע לייק.
  • מרת ציפורה ברכה, ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי חיים מאיר, זון פון רבי יצחק יוחנן האגער, דער וויזשניצער רבי פון וויליאמסבורג.
  • מרת בריינא פריידא, ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי ישראל, זון פון רבי אברהם דוב טווערסקי, רחמיסטריווקער רב פון מאנסי.
  • רבי חיים מאיר, האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער פון רבי דוד משה ראזנבוים, זון פון קרעטשענעווער רבי, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, און איידעם פון רבי ישראל אליעזר אדלער, דער דזשיקאוו-וויזשניצער רבי פון רחובות.
  • מרת טראנא, ווייב פון הרב שניאור זלמן ערנסטער, זון פון רבי דוד דוב ערנסטער, זון פון רבי וועלוול, אב"ד קרית "מאור חיים" פון ירושלים.
  • רבי יוחנן. האט געהייראט בזיווג ראשון זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת חיה פייגא, טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג‏, איידעם פון רבי פנחס שלום האגער נאכדעם וואס זי איז נפטר אונטער טראגישע אומשטענדען, בלויז צוויי טעג נאך געבן א געבורט צום ערשטן קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת טראנא.
  • מרת יוכבד, ווייב פון הרב שלמה יהודה זלמן לייב, זון פון רבי אליעזר ערנסטער, אב"ד מאור חיים צפת.
  • מרת הינדא, ווייב פון איר שוועסטער קינד'ס זון, הרב שמואל צבי האגער, זון פון רבי חיים מאיר, זון פון רבי פנחס שלום האגער, געוועזענער רב פון דער מאנסי-וויזשניצער געמיינדע אין בארא פארק, בעל מחבר ספר אור שלום, און דאס עלטסטע קינד פונעם פרירעדיגן וויזשניצער רבי פון מאנסי, רבי מרדכי האגער, גרינדער פון דעם מאנסי-וויזשניצער הויף.


מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!