אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ברוך האלבערשטאם (קשאנאוו)"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:צאנז]] | [[קאַטעגאָריע:צאנז]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קשאנאוו]] | [[קאַטעגאָריע:קשאנאוו]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 07:59, 27 נאוועמבער 2022
רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרל"ה - י"א תשרי ה'תרע"ז), רב אין קשאנאוו
אפשטאם
רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ה (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מישקיט א טאכטער פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר פון דאמבראווא.
הסתלקות
רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן י"א תשרי ה'תרע"ז. מרת רעכיל בריינדל איז אומגעקומן אויף קידוש השם י"ד אדר א' ה'תש"ג.
פאמיליע
רבי ברוך'ל האט געהייראט מרת רעכיל בריינדל די טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב מנחם מענדל הורוויץ רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ רב אין לינסק. זייערע קינדער:
- מרת פריידא, די ווייב פון הרב שמואל פאנעט, א זון פון הרב יצחק יחיאל מיכל פון דעעש. זי איז אומגעקומן אין אוישוויץ י"ז סיון ה'תש"ד, מיט אירע טעכטער, יוכבד און מלכה, הי"ד, איר זון ברוך דוד איז אומגעקומן אין אייר ה'תש"ב אין מאטהאזון,הי"ד.
- מרת מישקיט, די ווייב פון הרב מרדכי פינטער, א זון פון הרב חיים פינטער, רב אין בוקאווסק.
- הרב דוד האלבערשטאם (י"ג אדר ה'תרנ"ז - ), קשאנאווער רבי אין אמעריקא.
- מרת לאה, די ווייב פון הרב חיים יהושע האלבערשטאם, א זון פון הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבוב.
- מרת מאטיל די ווייב פון הרב אלחנן יוסף הערצמאן פון וויליאמסבורג.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!