אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נח דיער"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט נח דיער צו רוי:נח דיער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן") |
||
שורה 50: | שורה 50: | ||
[[קאַטעגאָריע:פרומע פאליטיקער]] | [[קאַטעגאָריע:פרומע פאליטיקער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:עסקנים]] | [[קאַטעגאָריע:עסקנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער | [[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ריכטער]] | [[קאַטעגאָריע:ריכטער]] | ||
{{DEFAULTSORT:דיער, נח}} | {{DEFAULTSORT:דיער, נח}} |
רעוויזיע פון 13:25, 17 מערץ 2023
| |||||
| |||||
|
נח דיער (ענגליש: Noach Dear; תשי"ג, 20סטן נאוועמבער 1953 – ניסן תש"פ, 19טן אפריל 2020) איז געווען א חרדישער איד, אן עסקן, פאליטיקאנט און א ריכטער אין ברוקלין, ניו יארק, וועלכער האט געהאלפן אסאך מענטשן. ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 66 יאר, נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנאווירוס.
ביאגראפיע
נח איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין ברוקלין. אלס קינד האט ער געזינגען אין אלי ליפסקער'ס פרחי אגודה קינדער כאר. ער האט געלערנט אין ישיבה תורה ודעת. שפעטער איז ער געגאנגען שטודירן אין קאלעדזש, וואו ער האט ערהאלטן עטליכע דעגריס.
פאליטישע קאריערע
זיין פאליטישע קאריערע האט זיך אנגעהויבן אלס דיסטריקט לידער און דיסטריקט מענעדזשער אין בארא פארק'ס קאמיוניטי באורד 12.
אין איר 1983 איז ער ערוויילט געווארן אלס קאונסילמאן, וואו ער האט געדינט ביז אין יאר 2001.
אין 2002 האט ער פרובירט צו לויפן פאר ניו יארק שטאַט סענאט, אבער ער האט פארלוירן צו קעווין פארקער, מיט אונטער טויזנט שטימען.
אין יאר 2008 איז ער ערוויילט געווארן ריכטער אין ציווילן געריכט, אין 2010 איז ער ערוויילט געווארן אלס ריכטער אין דעם ניו יארק הויכגעריכט.
זיין פטירה
דיער, איז אנגעשטעקט געווארן מיט קאראנאווירוס און איז געליגן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן. ער איז נפטר געווארן זונטאג, פרשת תזריע-מצורע, תש"פ (19טן אפריל 2020), אין עלטער פון 66 יאר.
משפחה
נח דיער האט געהאט פיר קינדער. ער איז געווען א פעטער פון דער חסידישער ברוקלין ריכטערין רחל פרייער.
דרויסנדיגע וועבלינקען
- א באריכט אויף המודיע
- א באריכט אויף דזשואיש פרעס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!