אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בראשית (לבנה-זאנד)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "בראשית (לבנה-זאנד)".
בראשית (בערעשיט) איז געווען אַ ביישפּיל פֿון אַ קליינער לבנה־זאָנד (א ראָבאָטישער לבנה-לאַנדער און פֿאָרשער). ער איז פֿינאַנצירט געוואָרן אין ישראל דורך אַ פּריוואַטער גרופּע און איז פּלאַנירט געוואָרן צו לאַנדן אויף דער לבנה. דער זאָנד איז ערשט גערופֿן "שפּערל", און איז אָפֿיציעל גערופֿן "בראשית" אין דעצעמבער 2018.
דעם 11טן אַפּריל 2019 האָט אַן IMU איינהייט דורכגעפֿאַלן און אָנגעהויבט אַ נאָכפֿאָלג פֿון געשעענישן וואָס האָבן געלאָשן דעם הויפט מאָטאָר, און דער זאָנד האָט געקראַכט אויף דער לבנה. דעם 13טן אַפּריל איז "בראשית 2" אַנאָנסירט געווען.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: בראשית (לבנה-זאנד) |
- אָפֿיציעלע וועבזייטל פֿון SpaceIL
- אָפֿיציעלער יוטוב קאַנאַל פֿון SpaceIL
- "ישראלדיקע קאָסמאָסשיף אויפֿן וועג צו דער לבֿנה", ביי פארווערטס, 22סטן פעברואר 2019