אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:משכן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט משכן צו רוי:משכן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
צייכן: באקוקט
שורה 7: שורה 7:
[[קאַטעגאָריע:בית המקדש]]
[[קאַטעגאָריע:בית המקדש]]
[[קאַטעגאָריע:תשמישי קדושה]]
[[קאַטעגאָריע:תשמישי קדושה]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:21, 28 יאנואר 2023

משכן העדות שבו שרתה השכינה

דער משכן איז דער נאָמען פון דעם באוועגליכן בית המקדש, וואָס די אידן האָבן געהאַט אין דער מדבר. דאָס וואָרט איז פון "שכן" (וואוינען). אין חומש שמות כ"ה זאָגט גאָט צו משה רבנו אַז ער זאָל זאָגן צו די אידן, אַז יעדער זאָל געבן נדבות "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און דערפון זאָלן זיי מיר מאַכן אַ הייליגטום און איך וועל וואוינען צווישן זיי. דאָרט אין חומש (פרשת תרומה) ווערט באשריבן אויסגעפירליך ווי דער משכן האָט אויסגעזען, וואָסערע כלים עס זענען געווען אינווייניג. ער איז געווען אַ געצעלט, איבערצוטראָגן פון איין אָרט אין צווייטן, געמאַכט פון האָלץ און באַדעקט מיט יריעות. אין משכן אין געווען דער ארון, דער שלחן, מנורה און מזבח. אין שמות ל"ה ווערט געזאָגט, אַז די אַרבעט פון משכן האָבן אויסגעפירט בצלאל בן אורי פון שבט יהודה און אהליאב בן אחיסמך פון שבט דן. אין די תלמודישע קוואַלן ווערט אויך דאָס הייליגטום וואָס אידן האָבן שפּעטער, אין דער צייט פון די שופטים, געהאַט אין שילה, אָנגערופן "משכן שילה".

קוואַלן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!