אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע צו רוי:ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 36: | שורה 36: | ||
[[קאַטעגאָריע:באן סטאנציעס אין ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:באן סטאנציעס אין ישראל]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ירושלים]] | [[קאַטעגאָריע:ירושלים]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 09:08, 19 יאנואר 2023
לאקאציע | |||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
לאקאציע | שדרות שז"ר 6, ירושלים | ||||||||||
סטאנציע-אינפארמאציע | |||||||||||
פעראנען | 4 | ||||||||||
באדינונגען | |||||||||||
|
בן-גוריון פליפעלד באַן סטאַנציע איז אן אונטערערדישע פאסאזשירן סטאנציע פון ישראל באנען וואס געפינט זיך ביים מערב אריינגאנג אין ירושלים. די סטאנציע איז געבויט געווארן ווי דער מזרח סוף-סטאנציע פון דער עלעקטרישע גיכבאנליניע קיין ירושלים. די סטאנציע איז צווישן בנייני האומה און דער ירושלים צענטראלע בוס סטאנציע, אונטער א טראם סטאנציע פון דער ירושלים לייכטע באן.
היסטאריע
די סטאנציע איז געעפנט געווארן דעם 25סטן סעפטעמבער 2018. די פעראנען זענען 80 מעטער אונטער דער ערד און זענען פארבונדן דורך א טונעל מיט א גרויסן בריק איבער דעם ארזים טאל.
די סטאנציע איז פארבונדן מיט דער נאציאנאלע באן נעצווערק אבער נאר עלעקטרישע באנען באדינען די סטאנציע. דאס ערשטע יאר זענען די באנען געפארן נאר ביז בן-גוריון פליפעלד. מוצאי שבת וישב תש"פ, א נאכט פאר חנוכה, האט אנגעהויבן די באדינונג אויף דער פארלענגערטער רוטע קיין תל אביב ההגנה. לויטן פלאן גייט מען פארלענגערן די ליניע נאך ווייטער קיין תל אביב צענטראל און הרצליה.[1]
צוקונפטדיקע פראיעקטן
פארלענגערן די אייזנבאן מזרח צום כותל
לויט אן ערשטיגן פלאן פון ישראל באנען, וועט די אייזנבאן ווערן פארלענגערט אין דער מזרחדיקער ריכטונג, צו צוויי נייע סטאנציעס, אין צענטער פון דער שטאט און אונטער דעם כותל מערבי פלאץ. די ירושלים צענטראל באן סטאנציע וועט זיין פלאצירט טיף 50 מעטער אין געגנט פונעם דאווידקע סקווער.[2]
באדינונג
- יעדע שעה פארן ארויס צוויי באנען קיין תל אביב.
רעפערענצן
- ↑ פתיחת תחנת ירושלים – יצחק נבון באתר רכבת ישראל
- ↑ "החל תכנון קו הרכבת עד לכותל המערבי - כיכר השבת" (אויף he).
וועבלינקען
- ירושלים – יצחק נבון באן סטאנציע, ישראל באנען וועב ארט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!