אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בעקיטשע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
א בעקישע איז א בכבוד'יגער אויבערראק, וואס חסידים טראגן היינט צוטאגס אום שבת און אום יום טוב, און אויך ביי שמחות.
ריכטיג הייסט עס א בעקישע, אדער קאפאטע. ס'דא וואס רופן עס קאפטען, און עס שטאמט פון אן אמאליגער פוילישער אריסטאקראטישע טראגע.
אנדערש ווי א געווענליכע רעקל, זענען די טאשן מער צום רוקן - ביי די זייטן, און די עפענונג איז ווערטיקאל, און היבש טיף.
סארטן
עס זענען פארהאן דערפון עטליכע סארטן בעקישעס.
- א זיידענע בעקישע, וואס איז אין שווארצן קאליר. דאס איז גלאט און גליטשיק, אן קיין 'דעזיינס'. [היינט קויפט מען געווענליך נישט די עכט זיידענע סארט, נאר פון פאליעסטער].
- א געבלומטע בעקישע, וואס איז געווענליך לייכטער - א שטייגער ווי א כאלעטל. און מ'רופט עס א טיש-בעקיטשע, ווייל מ'נוצט עס געווענליך ביים עסן. דאס קומט מיט פארשידענע סטיל און מוסטערן, און צומאל מיט א ספעציעלע גארטל - פונעם זעלבן שטאף - ארויפגענייעט.