אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זאת חנוכה"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט זאת חנוכה צו רוי:זאת חנוכה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
=== אסרו חג === | === אסרו חג === | ||
[[אדמו"ר|רבי]] [[יהודה אריה לייב אלטער]] פון [[גער ( | [[אדמו"ר|רבי]] [[יהודה אריה לייב אלטער]] פון [[גער (חסידות)|גער]], אין זיין ספר "שפת אמת" שרייבט אז דער לעצטער טאג חנוכה איז אזוי ווי [[אסרו חג]], איז שווער פאר אונז צו שיידן זיך פונעם אייבערשטן, און דאס לאָזט איבער מער באלייכטונג און איינפלוס אויף דער רעשט פון יאָר. {{Citation needed}} | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == |
רעוויזיע פון 07:34, 13 מערץ 2023
זאת חנוכה אזוי ווערט גערופן אין ספרים דער אַכטער טאָג חנוכה (וואס געפאלט ב' טבת אָדער ג' טבת ), ווייל אין דעם תורה ליינען פון דעם טאָג זענען די ווערטער "זאת חנוכת המזבח". אמאל פלעג מען רופן דעם טאג ביי אשכנזישע אידן מיטן נאמען "חנוכת המזבח".
דער מהרי"ל אין זיין ספר פון מנהגים[1] דערמאנט דעם מנהג פון דעם ריינוס אידנטום אז אום אַכטן טאָג פון חנוכה טוט מען נישט קיין מלאכה. היינט איז א מנהג ביי א סך אדמורי"ם צו פירן טיש דעם טאָג.
באדייטן פון דעם טאָג
זאת חנוכה און ברית מילה
דער מהר"ל פון פראג אין זיין ספר "נר מצוה" באצייכענט דעם פאראלעל צווישן זאת חנוכה, וואס איז דער אכטער טאג חנוכה, און ברית מילה וואס ווערט דורכגעפירט דעם אכטן טאג פון דער געבורט פון א יידיש אינגל. דער נומער 7 באצייכענט טבע (נאטור) און 8 איז "למעלה מן הטבע" (העכער פון נאטור). די זעקס טעג פון מעשה בראשית און שבת — דאָס איז נאַטור, און דער אַכטער טאָג איז העכער פון נאַטור. אזוי איז א קליין קינד באשאפן מיט אַן ערלה – דאָס איז נאַטור, און אום אַכטן טאָג נאָך מילה עס ווערט העכער פון נאטור.
אסרו חג
רבי יהודה אריה לייב אלטער פון גער, אין זיין ספר "שפת אמת" שרייבט אז דער לעצטער טאג חנוכה איז אזוי ווי אסרו חג, איז שווער פאר אונז צו שיידן זיך פונעם אייבערשטן, און דאס לאָזט איבער מער באלייכטונג און איינפלוס אויף דער רעשט פון יאָר. מוסטער:Citation needed
רעפערענצן
- ↑ ספר מהרי"ל, הלכות חנוכה, עמוד 57.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!