אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באבראווי קוט"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט באבראווי קוט צו רוי:באבראווי קוט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
* אין 1860 איז אין באָבראָווי קוט געבוירן געוואָרן דער ייִדישער דיכטער [[שמעון שמואל פרוג]]. | * אין 1860 איז אין באָבראָווי קוט געבוירן געוואָרן דער ייִדישער דיכטער [[שמעון שמואל פרוג]]. | ||
== | ==דרויסנדע לינקס== | ||
* [http://w1.c1.rada.gov.ua/pls/z7502/A005?rdat1=31.07.2011&rf7571=34495 באָבראָווי קוט אויפן וועבזייטל פון דער הויפּט-ראַדע פון אוקראַיִנע] (אויף אוקראַיִניש) | * [http://w1.c1.rada.gov.ua/pls/z7502/A005?rdat1=31.07.2011&rf7571=34495 באָבראָווי קוט אויפן וועבזייטל פון דער הויפּט-ראַדע פון אוקראַיִנע] (אויף אוקראַיִניש) | ||
רעוויזיע פון 10:20, 21 אפריל 2023
47°5′54″N 32°56′42″E / 47.09833°N 32.94500°E באָבראָווי קוט (אוקראַיִניש: Бобровий Кут) איז אַ דאָרף אינעם וועליקאָאַלעקסאַנדראָווסקער ראַיאָן פון דער כערסאָנער געגנט פון אוקראַיִנע.
געשיכטע
דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1807 דורך אידישע איבערוואַנדערער פון ווייסרוסלאַנד. דאָס איז געווען איינע פון די אידישע לאַנדווירשאַפטליכע קאָלאָניעס, וועלכע האָבן עקזיסטירט דעמאלט אין דער כערסאָנער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. באַנאַנד מיט די אידן האָבן אין באָבראָווי קוט געלעבט דייטשן. אין דער קאָלאָניע זענען געווען אַ אידישער בית-מדרש און להבדיל, אַ דייטשישע לוטעראַנישע קירכע. לויט די אָנגאַבן פונעם 1886טן יאָר זענען אין דער קאָלאָניע געווען 40 משפחות (206 נפשות). אין 1927 איז געגרינדעט געוואָרן דער קאַלינינדאָרפער אידישער אויטאָנאָמער ראַיאָן און באָבראָווי קוט איז איינגעשלאָסן געוואָרן אין זיין באַשטאַנד. די אידישע באַפעלקערונג פון דער קאָלאָניע איז פאַרניכטעט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, די אַרטיקע דייטשן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן דורך די סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען. היינט-צו-טאָג איז באָבראָווי קוט באַפעלקערט איבערהויפּט מיט אוקראַיִנער.
לויט די אָנגאַבן פון דער אוקראַיִנישער פאַלקס-ציילונג פון 2001 האָט די באַפעלקערונג פונעם דאָרף באַטראַפן 605 נפשות, איבערהויפּט אוקראַינער. אין סוף 2014 האבן אין באבראווי קוט געוואוינט צוויי אידן. עס האט זיך אפגעהיט א רואינירטע געביידע פונעם בית-מדרש. דער אידישער בית-עלמין איז פארניכטעט געווארן אינעם סאוועטישן פעריאד.
באַוואוּסטע פּערזאָנען פאַרבונדן מיט באָבראָווי קוט
- אין 1860 איז אין באָבראָווי קוט געבוירן געוואָרן דער ייִדישער דיכטער שמעון שמואל פרוג.
דרויסנדע לינקס
- באָבראָווי קוט אויפן וועבזייטל פון דער הויפּט-ראַדע פון אוקראַיִנע (אויף אוקראַיִניש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!