אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קולדור"
ק (החלפת טקסט – "יִו" ב־"יאו") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קולדור צו רוי:קולדור אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 23:38, 8 יאנואר 2023
131°37′55″N 14°49′12″E / 131.63194°N 14.82000°E Coordinates: latitude degrees > 90
{{#coordinates:}}: קו רוחב בלתי־תקין
קולדור (רוסיש – Кульдур) איז אַ יישוב אינעם אָבלוטשיער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד.
קולדור געפינט זיך 70 קילאָמעטער פון דער שטאָט אָבלוטשיע, אינעם טאָל פונעם טייך קולדור. דער נאָמען "קולדור" שטאַם פון פאַרקריפּלטע טונגוסישע ווערטער "טשול-דזשי-אורי" ("אַ הייסער") – צוליב אָרטיקע הייסע וואַסער-קוואַלן. דער ישוב איז געגרידעט געוואָרן אין 1897. אין 1925 איז אין קולדור אָרגאַניזירט געוואָרן דער ערשטער פּאַנסיִאָנאַט, וואָס האָט אויסגענוצט פאַר היילונג-צוועקן די הייסע קוואַלן פון מינעראַלע וואַסערן. היינט-צו-טאָג איז קולדור אַ היילונג-קוראָרט פון דער פעדעראַלער אַלרוסלענדישער באַדייטונג. אינעם ישוב פונקציִאָנירן 5 סאַנאַטאָריאומס. די קראַנקייט, וועלכע ווערן געהיילט מיט דער הילף פון די קולדורער מינעראַלע הייסע וואַסערן, זענען אַרטריט, אָסטעאָכאָנדראָז און באַזונדערס קראַנקהייטן פון הויט, אַזעלכע ווי עקזעמע און פּסאָריִאַז.
אין קולדור איז דאָ אַן אייזנבאַן-סטאַנציע.
די באַשטענדיקע באַפעלקערונג פונעם ישוב האָט דערגרייכט איר מאַקסימום אין 1989 (4132 נפשות) און פון דעמאלט אָן האָט זי אַ קלאָרע טענדענץ צו אַ פאַרקלענערונג. לויט די אָנגאַבן פון 2010 האָבן אין קולדור געוואוינט בלויז 1609 נפשות.
וועבלינקען
- אַן אומאָפיציִעל וועבזייטל פונעם ישוב קולדור (אויף רוסיש) - http://poskuldur.ru/
- וועבזייטל פונעם סאַנאַטאָריאום "קולדור" (אויף רוסיש) - http://www.kuldur.narod.ru/
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!