אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פעליקס חיימאוויטש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פעליקס חיימאוויטש צו רוי:פעליקס חיימאוויטש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 22:48, 8 יאנואר 2023

 

פעליקס חיימאָוויטש (בעלאַרוסיש: Фелікс Хаймовіч; {געב' דעם 5טן פעברואַר 1948) איז אַ ווייסרוסישער און אַ ייִדישער דיכטער. אויף ווייסרוסיש פאַרעפנטליכט ער זיינע ווערק אונטערן פּען-נאָמען Фелікс Баторын (פעליקס באַטאָרין).

ביאָגראַפיע

פעליקס חיימאָוויטש איז געבוירן געוואָרן דעם 5טן פעברואַר 1948 אין מינסק, בעלארוס. זיין פאָטער, באָריס חיימאָוויטש, איז געווען אַ פּאַרטיזאַנער-קאָמאַנדיר, וועלכן ס'האָט זיך איינגעגעבן זיך אַרויסרייסן פון דער מינסקער געטאָ אין וועלדער.

פעליקס חיימאָוויטש האָט דעביוטירט אַלס דיכטער אויף ווייסרוסיש אין 1967 אויף די שפּאַלטן פונעם מינסקער זשורנאַל «Маладосць» ("מאַלאַדאָסץ"). זינט דעמלט אָן האָט ער אַרויסגעגעבן פינף לידער-זאַמלונגען אויף ווייסרוסיש. אַ טייל פון פעליקס חיימאָוויטשעס ווייסרוסישע לידער האָבן אַ ייִדישן אינהאַלט. אין די 80ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט האָט ער דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש. פעליקס חיימאָוויטשעס ייִדישע לידער זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" (מאָסקווע), "די פּען" (אָקספאָרד), "יעוורייסקי קאַמערטאָן" (תל-אָביב), "טאָפּלפּונקט"(תל-אָביב) און אין אַנדערע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. ביז יעצט איז דערשינען איין בוך זיינע לידער אויף ייִדיש. ער האָט איבערגעזעצט אין ווייסרוסיש לידער פון משה קולבאַק, חיים לענסקי, שיקע דריז, מאטל גאלבשטיין און הירש רעלעס, ווי אויך שלום-עליכמס דערציילונג "שיר-השירים".

פעליקס חיימאָוויטש וואוינט אין מינסק און האָט געאַרבעט אַלס דאָקטער ביז 2010.


לידער-זאַמלונגען

  • Раніца 1981
  • Зялёны тралейбус 1986
  • Я дрэва пасадзіў 1991
  • Паглядам акідваю шлях 2001
  • На вуліцы Максіма Багдановіча 2007

• רעדן מיט עכאָ, תל-אָביב, 2016

Яблычны пах цішыні 2018


אַ בוך פון דאָקומענטאַלער פּראָזע


Чорны год 2011



וועבלינקען

קאַסטוס לאַשקעוויטש, "דער לעצטער יידישער דיכטער". אַן אינטערוויו מיט פעליקס חיימאָוויטש וועגן יידיש און ווייסרוסיש אין זיין שאַפונג (אויף ווייסרוסיש)- http://news.tut.by/culture/215837.html

וועגן פעליקס באַטאָרין (חיימאָוויטש) אויפן וועבזייטל פונעם פאַרבאַנד פון די ווייסרוסישע שרייבער (אויף ווייסרוסיש) - http://lit-bel.org/by/friends/b/167.html

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!