אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בית דין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022

מוסטער:יידישקייט בית דין איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט דער יידישער הלכה איבער הויפט דיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן בחינה.

דין תורה

דין תורה מײנט געװנליך אַ פּלאַץ צי שליכטן סכסוכים בײַ אידישע רבנים און דיינים, דער פּענל פֿון די רבנים/דיינים װערט אָנגערופֿן אַ בית דין. א בית דין וואס הערט א דין תורה דארף האבן דריי דיינים.

די פסקים וואס די דיינים געבן ארויס, זענען באזירט אויף די הלכות פון חושן משפט, ווען זיי באשולדיגן עמיצן, איז עס ווייל לויט ש"ך אדער נתיבות איז יענדער שולדיג.

דער װערטליכער אָפּטײַטש דערפֿון איִז "געזעץ פֿון די תורה".

מתדיין זיין איז ביי א פאנעל פון דריי אדער מער רבנים. וואס די מאיאריטעט אורטיילט, איז דער פסק, וואס דארף אויסגעפאלגט ווערן.

בית דין ארגאניזאציעס

אין א סך קהילות איז איינגעפירט א קהילה בית דין וואס האט אויפזיכט אויף די ענינים פון דער קהילה, ווי למשל כשרות, א בית עולם און גיטין.


די גרעסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זיינען: