אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ירדן טייך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ירדן טייך צו רוי:ירדן טייך אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 19:06, 8 יאנואר 2023

צי מיינט איר ירדן (ירדן) די מדינה?

יַרדן
Jordan River Bushy.jpg

ירדן (אדער יאַרדן) איז דער גרעסטער טייך אין ארץ–ישׂראל פון עבר הירדן, גייט פון צפון צו דרום, קומט פון די סירישע וואַסערן, פליסט אַדורך דעם ים–כּנרת, קומט אַרויס פון דאָרט און פליסט אין טאָל (עמק–הירדן) ביז ער פאַלט אַריין אין ים–המלח. דער נאָמען ירדן ווערט דערמאָנט, אַחוץ אין חומש און אַנדערע תנ"ך–ספרים (דאָס ערשטע מאָל בראשית י"ג "ככר הירדן"), אויך אין אַלטע–עגיפטישע דאָקומענטן, דאָס וואָרט "ירדן" זאָלֹ זיין פון וואָרט "ירד". אַראָפנידערן, אַראָפפליסן פון דער הויך אין די נידער.

אין תנ"ך און אַלטער יידישער געשיכטע פאַרנעמט דער ירדן אַ גרויס אָרט. ביים אייננעמען ארץ–ישׁראל אין דער צייט פון יהושע בן נון (יהושע ג') זענען די אידן אַריבער דעם ירדן און דאָס וואַסער איז געשפאַלטן געוואָרן פון ביידע זייטן. אַרום דעם ירדן זענען פאָרגעקומען די וואונדער–ספורים פון די נביאים אליהו און אלישע (מלכים ב' ב', ה' ו').

די לענג פון ירדן איז ביי 150 קילאָמעטער, און די ברייט נאָר עטליכע מעטער. ביים ירדן זענען לעצטנס אַנשטאַנען אַ ריי ייֵדישע מאַדערנע קאָלאָניעס ווי אויך די עלעקטרישע רוטענבערג–סטאַנציע. דער כנרת איז אן אזערע פון דעם ירדן טייך.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!