אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביאמעטרישער פאס"
(באט: אראפגענומען די טעקע Pasaporte_Español_2009.jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך Krd צוליב: No license since 12 October 2022.) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022
א ביאמעטרישער פאַס איז א פאס וואס שליסט איין געשריבענע דאטן און עלעקטראנישע-ביאמעטרישע דאטן כדי צו אידענטיפיצירן ווער עס טראגט אים. די וויטאלע אינפארמאציע אינעם פאס איז איינגעשפייכלערט אין א קליינעם אינטעגרירטן קרייז ניצנדיק RFID טעכנאלאגיע, וואס דערלויבט לייענען דורך עלעקטראמאגנעטישער שטראלונג אן קאנטאקט, און פארזיכערט מיט א דיגיטאלישער חתימה.
די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע פאר ציווילער אוויאציע שטעלט פעסט די דאטן פון דער ביאמעטרישער טעקע און דעם קאמוניקאציע פראטאקאל פאר לייענען זי, און די אינפארמאציע ווערט איינגעשפייכלערט אין אן אינטעגרירטן קרייז ווי א JPEG טעקע.
די דאטן איינגעשפייכלערט אויפן שפענדל
די ביאמעטרישע פאסן וואס געפינען זיך היינט אין באניץ אנטהאלטן מערסטנס די פאלגנדע פרטים: נאמען, פאס נומער, פאלק, געבורט דאטע, מין, גילטיקייט דאטע, בילדער פון די פנים, פינגערדרוק און אויגנהייטל. דאס שפענדל אנטהאלט אויך א צאל טעקעס וואס העלפן צו וועריפיצירן אז דאס שפענדל איז אויטענטיש און אז די דאטן זענען נישט געווארן געענדערט.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|