אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רעסעסיע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רעסעסיע צו רוי:רעסעסיע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 00:23, 9 יאנואר 2023

א רעסעסיע איז א לענגערע תקופה ווען דאס לאנדעקאנאמיע פארלאנגזאמט זיך, אט די פארלאנגזאמונג כאראקטיריזירט זיך אין צאל פאקטארן למשל.

  1. מענטשן קויפן איין ווייניגער זאכן
  2. די פאבריקן פאבריצירן ווייניגער סחורה
  3. א וואקסענדע ארבעטסלאזיקייט
  4. א נישט געזונטע סטאק מארקעט

כדי מען זאל קענען אפיציעל ערקלערן אז דאס לאנד געפונט זיך אין א רעסעסיע דארף די פארלאנגזאמונג אנהאלטן כאטש זעקס מאנאטן כדי עס זאל קענען פארעכענט ווערן ווי א רעסעסיע.

די עצם 'עקאנאמיע' איז א רעזולטאט פון זאכן וואס ווערן געטאן דורך מיליאנען מענטשן אינאיינעם, ווי:

  1. פראדוצירער
  2. איינקויפער
  3. מארקעטן
  4. סופליי ענד דימאנד

פראדוקציע און דאס באנוצן זיך מיט סחורה (עסן קליידונג קאר'ס א.ד.ג.) און סערוויסעס (פארעכטונגען, שניידן די גראז און שניידן האר א.ד.ג.) אין דעם פאלק, יעדער איינער וואס פראדוצירט זאכן, באנוצט זיך מיט זאכן אין א לאנד שפילט א געוויסע ראלע אין די עקאנאמיע.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז דא א פארבינדונג צווישן פראדוצירער און באנוצער, ווייל אז מענטשן ווילן זיך באנוצן מיט סחורה דארף דאס איינער פראדוצירן, און כדי צו פראדוצירן זאכן דארף מען אויך נוצן סחורה (למשל מען דארף האבן רוי מאטריאל מענטשן וועלכע זאלן דאס פראדוצירן א.ד.ג.). דערנאך קומט דער ענין פון אנבאט און נאכפרעג.

דער ציל פון דעם פראדוצירער איז צו מאכן געלט, און מאכן מער געלט ווי מען האט אויסגעגעבן צו פראדוצירן די סחורה, מענטשן וועלן קויפן סחורה ווייל זיי ווילן זיך דערמיט באנוצן, אדער וועלן זיי קויפן סחורה עס ווייטער צו פארקויפן אדער צו מאכן נאך אנדערע זאכן דערמיט אויך כדי צו מאכן דערפון געלט סיי וואס דער פאקט זאל נישט זיין ווילן איינקויפער צאלן ווי ווייניגער פאר די סחורה וואס זיי קויפן.

אין א מארקעט עקאנאמיע ווערט דער פרייז פון סחורה באשטימט דורך די שריט פון די קויפער און פראדוצירער, די פראדוצירער זענען די וועלכע שטעלן דעם פרייז, זיי וועלן אבער שטעלן פרייזן לויט די אויפירונג פון די איינקויפער, אויב קיינער וועט נישט קויפן א פראדוקט וועט דער פרייז דערפון פאלן, דער פראדוצירער וועט וויסן אז ער האט געשטעלט א צי הויכן פרייז, אויב וועלן איינקויפער קויפן א טייל סחורה אבער נישט דאס גאנצע וואס איז פראדוצירט געווארן וועט דער סוחר מוזן טאן איינס פון די צוויי אדער אראפלאזן די פרייז, אדער פראדוצירן ווייניגער.

דער ווילן פאר באנוצער צו צאלן פאר סחורה דאס רופט זיך דימאנד (פארלאנג) אפי' אויב פאקטיש איז דא א הויכן פארלאנג פאר א געוויסע סחורה למשל טוילעט פאפיר, וועלן די פראדוצירער מוזן האלטן די פרייזן נידריג ווייל אויב זיי וועלן ארויפשרויפן די פרייזן וועט דער איינקויפער גיין צו זייער קאנקורענץ.

יעצט וועלן מיר עקלערן ווי אזוי די דאזיגע פאקטארן ארבעטן אין א וואקסעדיגע עקאנאמיע און א פארלאנגזאמטע עקאנאמיע...

אמעריקאנער עקאנאמיע

עקאנאמיסטן זאגן, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געשטיגן כסדר צווישן די יארן 91' און 01', אויב אזוי פארוואס האט זיך דאס אפגעשטעלט? פארוואס קען עס נישט גיין אויף ארויף אויף שטענדיג? עס זענען פארהאן א גרויסע צאל זאכן וואס קען טוישן דעם גאנג פון די עקאנאמיע, פונקט אזוי ווי עס איז דא א גרויסע צאל זאכן וואס קענען טוישן דעם פארלאנג פאר א געוויסע פראדוקט, אמאל קען די רעסעסיע קומען פשוט צוליב דעם פאקט ווייל מען האט צופיל פראדוצירט, א סיטואציע וואס פירט דערצו אז עס איז פארהאן צופיל סחורה מער וויפיל דאס לאנד קען אויסנוצן. איין פאקטאר שפילט געווענטליך א ראלע אין א רעסעסיע, סיי צו עס איז דער אורזאך פון די רעסעסיע צו נישט דאס איז דער צוטרוי וואס מיליאנען באנוצער און פראדוצירער האבן אין די עקאנאמיע, אויב למשל די איינקויפער פארלירן צוטרוי איבער זייער ארבעט אבער איבער דעם ווערט פון זייער אינוועסטמענט, וועלן זיי אויפהערן איינצוקויפן אזוי פיל סחורה... אין די רעסעסיע פון 01' האבן פיל מענטשן פארלוירן זייער ארבעט'ס פלעצער דעריבער האבן זיי אנגעהויבן אויסגעבן ווייניגער געלט, און אויך מענטשן וואס האבן ארבעט אבער זיי פארכטן זיך אז זיי גייען פארלירן זייער ארבעט הייבן אן צו שפארן זייער געלט און גיבן עס נישט אויס. פונקט אזוי ווי ביי א שטייגענדע עקאנאמיע, הייבן זיך זאכן אן צו דרייען אזוי ווי א שניי באל, וואס הייבט זיך אן קליין אבער עס ווערט גרעסער און גרעסער, און טויזענטער פאקטן זאמלן זיך אינאיינעם ווי מיר וועלן ערקלערן.

וואס האט פאסירט אין סעפטעמבער 11 לאמיר א בליק געבן וואס האט פאסירט צו די טרעוועל אינדוסטרי נאך סעפטעמבער 11 אטאקעס אויף די וואלרד טרעיד צענטער. די פארכאפונג פון פליגער'ס האט אויפגעשאקעלט די צוטרוי וואס פיל מענטשן האבן געהאט צו לופט טראוועל, אויך האט עס געמאכט אז מענטשן האבן זיך אפגעהאלטן פון פארן צו פלעצער ווי פיל מענטשן וואוינען צוזאמען ארייגערעכנט גרויסע שטעט פארק'ס און אנדערע פאפולערע טוריסטן דעסטינאציעס. א גרויסע צאל רייזנדע האבן גלייך אפגעשטעלט אלע זייערע רייזע פלענער אנדערע האבן באשלאסן נישט צו פארן אויף די געפלאנטע ליסט רייזע.

גלייך נאך סעפטעמבער 11 האבן א ריזיגע צאל מענטשן אפגעשטעלט זייער רייזע פלענער און האבן אפגעשטעלט זייערע באשטעלטע עראפלאן רייזעס, אנדערע האבן באשלאסן נישט צו פאר'ן צו דעם גרויסן אויספלוג וואס זיי האבן געפלאנט שוין א לענגערע צייט. אין אנדערע ווערטער דער פארלאנג פאר טרעוועל איז שטארק רעדוצירט געווארן, דער פארלאנג פאר האטעל צימערן, טראוועל אגענטן און צענדליגער אנדערע זאכן וועלכע זענען פארבינדן מיט פאר'ן און קומען זענען איינגעשרינקן געווארן כמעט איבער נאכט.

דעריבער זענען די פרודצירער פון טראוועל סערוויסעס (ווי מיר האבן אויבן ערקלערט, זענען אלע וועלכע שטעלן צו סערוויסעס אויך פונקט אזוי ווי פרדוצירער וועלכע פראדוצירן א פראדוקט און זענען א טייל פון די גרויסע עקאנאמיע פון איטליכן לאנד) געבליבן מיט א ריזיגן זאפאס פון סופליי, דהיינו עס זענען געווען מער ווי גענוג זיצן ליידיג אויף פליגער'ס, מער ווי גענוג צימערן ליידיג אין די האטעלן און מען האט זיך געטראפן אין א שווערן מצב, דעריבער האט די עירליין אינדוסטרי כדי צוריק אויפצולעבן זייער ביזנעס געדארפט טאן צוויי זאכן, ערשטענס שניידן די פרייזן כדי צו קענען פארקויפן וואס מער טיקעט דאס הייסט פארקופן דעם איבעריגן סופליי וואס מען האט יעצט, און דאס איז פאר'ן קורצן טערמין, און פאר'ן לענגערן טערמין האט מען געדארפט שניידן די צאל רייזעס אזוי אז עס זאל נישט זיי מער סופליי ווי דער דימאנד איז און זיי זאלן האבן ווייניגער אויסגאבן און קענען ווייטער אנגיין אין ביזנעס. דאס איז געווען די זאך וואס איז געווען נוגע נאר פאר די טראוועל אינדוסטרי, פאקטיש אבער האט דאס געהאט א פיל שטארקערן עפעקט אויף די גאנצע עקאנאמיע, פארוואס, ווייל אזוי ווי די געשיכטע איז ברייט אויפגעשפילט געווארן אין די פרעסע און מידיא און אזוי ארום געשאפן א פאניק אויך ביי ארבעטער וועלכע האבן געארבעט אין אנדערע אינדוסטריען און האבן גארנישט געהאט מיט טראוועל ביזנעס, זיי האבן געזען דעם פלאג פון די טראוועל אינדוסטרי א באווייז אז די עקאנאמיע גייט אויף אראפ דערפאר האבן זיי פארלוירן זייער צוטרוי צו זייער ארבעט'ס ערטער, און זיי האבן אנגעהויבן צו שפארן און נישט אויסגעגעבן זייער געלט, און דאס האט געהאט אן אפעקט אויך אנדערע מארקעטן. ווען די עקאנאמיע וואלט געווען געזונט וואלטן די פראבלעמען מיט די טראוועל אינדוסטרי נישט געשאדט פאר אזוי פיל פירמעס אין ארבעטער און אויך די ארבעטער וועלכע זענען יא אפעקטירט געווארן וואלטן געקענט טרעפן ארבעט אין אנדערע פלעצער אין די אנדערע אינדוסטריען, אבער אזוי ווי עס זענען געווען פראבלעמען אויך אין אנדערע מארקעט'ן האבן די ארבעטער פון די טראוועל אינדוסטרי געשפירט אז זיי האבן פשוט נישט ווי צו גיין.

און ווען פראדוצירער וועלכע זענען אויך באנוצער דאס הייסט א פראדוצירער וועלכע פראדוצירט וויין, איז אויך א באנוצער, ווייל ער דארף קויפן סחורה למשל טרויבן צו פרעסן דערפון ווייל, כלים און גלאזערנע און האלצערנע פעסער א. א. וו. אבער ווען זיי זעהן אז עס איז פארהאן פראבלעמען און עטליכע אינדוסטריען, טראכטן זיי אז עס איז צרות, הערן זיי אויפן צו פראדוצירן סחורה, דאס מיינט אז זיי הערן אויך אויף איינצוקויפן סחורה אזוי אז דער פראבלעם וואס האט זיך אנגעהויבן אין איין אינדוסטרי שפרייט זיך אויס ווי א ווילדע פייער, אין א שרינקענדיגע עקאנאמיע פונקט אזוי ווי אין א וואקסענדיגע עקאנאמיע פרובירט יעדער צוטרעפן וואס יעדער איינער וועט טאן. מערערע סעקטארן פון די עקאנאמיע וועלכע שרינקן איין צוזאמען קען פירן צו א צייטווייליגע איינשרינקינג פון די גאנצע עקאנאמיע, עקאנאמיסטן וועלן אבער בלויז ערקלערן א רעסעסיע ווען די עקאנאמיע שרינקט איין אויף א לענגער צייט אפשניט. אין אמעריקע אין שוין היינט פארהאן א מהלך, די עקאנאמיע וואקסט און דערנאך שרינקט עס איין, די עקאנאמיע וועט וואקסן אויף אן אפשניט פון צען יאר צייט, דערנאך וועט קומען א רעסעסיסע צווישן 6 און צוויי יאר, און ווען די עקאנאמיע קומט אן צו ארגסטן פונקט דאן דרייט זיך עס צוריק און עס הייבט אן צו וואקסן העכער און העכער ביז עס קומט אן צו א פרישן הויך און די עקאנאמיסטן רופן דאס א ביזנעס סייקעל.

ביים אנהייבן פון א רעסעסיע און קיינער נישט הונדערט פראצענט זיכער צו עס איז טאקע דא א רעסעסיע, די עקאנאמיע קען זיין וועט זיך מעגליך אין א שיינעם טאג אויפוועקן און צוריק אנהייבן מארשירן פאראויס אויף ארויף, וואס דאן איז דער קליינער פארלאנגזאמונג געווען א צייטווייליגע רעדוקציע אין ביזנעס אקטיוויטעטן לענג אויס א שטרעקע ווען די עקנאמיע האט מייסטענס מארשירט אויף ארויף, עקאנאמיסטן קענען נישט וויסן צו אן אן עקאנאמיע איז אין א רעסעסיע ביז זיי קענען צוזאמענעמען דאטא אויף לענגערע צייט טיפיש גערעדט איבער 6 חדשים אדער מער. עקאנאמיסטן באניצן מיט פארשידענע סארט אינפארמאציע און פארשידענע סארט פאקטארן ווען זיי מאכן דעם אפשאצונג צו מען געפונט זיך אין א רעסעסיע צו נישט, א צאל עקאנאמיסטן און דשורנאליסטן וועלן אנרופן א רעסעסיע אויב צוויי פערטעלך פון א יאר, ד. ה. זעקס מאנעט וואס דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט ווען רעדוצירט ווערן. דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט איז די ווערט פון אלע באריכטעטע זאכן וועלכע זענען פראדוצירט געווארן דורך מענטשן און אינסטיטוציעס און יעדן לאנד, אויב בכללות איז די ווערט פון די פראדוקטן רעדוצירט געווארן ציגט אז דער פארלאנג פון פראדוקטן און סערוויסעס איז געפאלן דאן איז א גוטע אויסוואל פאר פירמעס אויפצוזאגן ארבעטער כדי זיך צו שפארן די קאסטן ווען זיי קענען נישט איינקעשן אויף פראדוקציע וואס די ארבעטער פראדוצירן ווייל דער עולם קויפט נישט קיין סחורה, און אז מען זאגט אפ מענטשן מיינט דאס אז ארבעט'ס לאזיקייט שטייגט, און געווענטליך אין די צייט איז אויך דער סטאק מארקעט אין א שלעכטן פארעם ווען די כללות'דיגע ווערט פון די עקאנאמיע פאלט, און בכללות איז דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט'ס א גוטער אנצייגער אויף וואס עס פאסירט. אין אמעריקע זענען די עקאנאמיסטן נישט צופרידן בלויז מיט דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט זיי זענען אנגעוויזן אויך אויף די מיינונג פון די נאציאנאלע ביורא פון עקאנאמישע פארשונגען, די ביורא איז נישט קיין רעגירונג אגענטור, עס איז א פריוואטער אגענטור וואס ארבעט בעסער צו פארשטיין די עקאנאמיע, זיי האלטן חשבון אויף די ביזנעס סייקל, ווען די עקאנאמיע ברייטערט זיך אויס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!