אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חידקל"
ק (החלפת טקסט – "וויכטיק" ב־"וויכטיג") |
רעוויזיע פון 18:14, 8 יאנואר 2023
חידקל | |
---|---|
חידקל טייך אין מאסול | |
לענג | 1,740 קילאמעטער |
קוואל | 38°26′0″N 39°46′22″E / 38.43333°N 39.77278°E |
דרענאזש בעקן | 166,000 קוואדראט קילאמעטער |
דורכשניטליכער אויסגאס
- ארט |
5,500 קובישע מעטער א סעקונדע |
לענדער אין דרענאזש בעקן | טערקיי, סיריע, איראק, איראן |
דער חידקל טייך, איז איינע פון די גרויסע און וויכטיגע טייכן, אין מיטעלן מזרח. די טייך הויבט זיך אן אין מזרח טערקיי, און פליסט דורך איראק, צוזאמען מיט די פרת, ביז ווי זיי טרעפן זיך און פארמירן די שאט על אראב טייך, וואס פאלט אריין אין פערסישער איינגאס.
די טייך האט אנגענומען א וויכטיגע שטעלונג אין די אור אלטע תקופות, אין די תורה ווערט די חידקל דערמאנט אלס איינע פון די פיר טייכן אין גן עדן.
די טייך פאנגט זיך אן אין דרום מזרח טערקיי, ביי די טאורוס בערג, און די טייך לויפט אין דרום מזרח ריכטונג, פון טערקיי ביז די גרעניץ מיט סיריע, די טייך איז די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער פאר 30 קילאמעטער, ווי דערנאך גייט די טייך אריבער אין איראק, ווי מערערע קליינע טייכן פאלן אריין אין חידקל. נאך באגדאד ווערט די טייך צעטיילט אין א דעלטא, און גייט אריבער אין זומפיקע געגנטער און קאנאלן, ביז די חידקל טרעפט זיך מיט די פרת אין דרום איראק, וואס פארמירט אינאיינעם די שאט על אראב.
די לענג פון טייך איז 1,740 קילאמעטער לאנג, און זיין דרענאזש בעקן איז 166,000 קוואדראט קילאמעטער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!