אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לובלינער וואיעוואדעשאפט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט לובלינער וואיעוואדעשאפט צו רוי:לובלינער וואיעוואדעשאפט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 19:36, 8 יאנואר 2023

לובלינער וואיעוואָדעשאַפט (וואיעוואָדעשאַפט)
Województwo lubelskie
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1999
הויפּטשטאָט פון וואיעוואָדעשאַפט לובלין
שטח 25,155 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין וואיעוואָדעשאַפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

2,135,715‏  (שטייענדיג 2016)
85 באוואוינער א ק"מ2
www.lubelskie.pl
Lubelskie (EE,E NN,N).png
Lublin Voivodeship administrative.png

די לובלינער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo lubelskie וואיעוואָדזטווא לובעלסקיע), אויך לובלינער גובערניע, איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין מזרח פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 25,155 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2,135,715 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז לובלין (354,272); אנדערע פרינציפעלע שטעט זענען כעלם (67,989) אין מזרח, זאמאשטש (66,613) אין דרום און ביאלע (58,010) אין צפון.

די וואיעוואדעשאפט איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער לובלינער, כעלמער, זאמאשטשער און ביאלער וואיעוואדעשאפטן, צוזאמען מיט טייל פון די טארנאבזשגער און שעדליצער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, לובלין, און איר טעריטאריע נעמט איין טיילן פון פיר היסטארישע לענדער: דער מערב טייל, כולל די שטאט לובלין, געהערט צו קליינפוילן, דער מזרח טייל צו רויט-רוטעניע, און צפון־מזרח צו פאלעסיע און פאדלאכיע.

לאדזשיע גרעניצט די אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט צו דרום, שווענטאקזשיסקיע צו דרום-מערב, די מאזאוויער וואיעוואדעשאפט צו מערב און צפון, פאדלאכיע צו צפון (א קורצער שטיק), און צו מזרח די לענדער בעלארוס און אוקראינע.

שטעט און שטעטלעך

היסטארישער צענטער פון לובלין
Radziwiłł Castle Complex in Biała Podlaska
טשארטאריסקי פאלאץ אין פילעוו
דער פאטאצקי פאמיליע פאלאץ אין מעזריטשט

אין דער גובערניע געפינען זיך 42 שטעט און שטעטלעך. זיי ווערן אויסגערעכנט אונטן מיט זייער באפעלקערונג, פון גרעסטן אראפ (לויט די אפיציעלע ציילן פון 2006:[1]


וועבלינקען

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. "Polish government statistical report, 2006". Archived from the original on 2008-05-05. {{cite web}}: Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)