אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סעזאם גאס"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "לייענען" ב־"ליינען") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סעזאם גאס צו רוי:סעזאם גאס אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 21:51, 8 יאנואר 2023
סעזאַם גאַס (ענגליש: Sesame Street) איז אן אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע פאר קינדער וואס נוצט אקטיארן צוזאמען מיט ליאלקעס וואס הייסן "מאפעטס". די סעריע רעדט וועגן טעמעס ווי מוזיק, לידער, אלפאבעטס און נומערן.
די סעריע ווערט טראנסמיטירט זינט דעם 10טן נאוועמבער 1969. דזשים הענסאן האט געבויט די "מאפעט" ליאלקעס, און א סאך שרייבער און ליאלקע-אָפּעראַטאָרן האבן געארבעטן אויף דער סעריע. "סעזאם גאס" איז טראנסמיטירט געווארן אין 120 שטאטן ארום דער וועלט. העכער 4,000 עפיזאדן אין 50 סעזאנען זענען פראדוצירט געווארן. א טייל שטאַטן האבן פראדוצירן לאָקאַלע ווערסיעס פונעם פראגראם, צווישן זיי ישראל (העברעאיש: רחוב סומסום).
ליאלקעס
- קערמיט די פראָש איז איינער פון די ערשטע מאפעט ליאלקעס וואס דזשים הענסאן האט אויסגעפורעמט און געבויט.
- גראָווער איז א מאנסטער מיט בלויע פעלץ.
- ביג בערד איז א זייער הויך געלער פויגל. זיין בעסטער פריינד איז סנאַפלופּאַגוס, וואס קוקט ווי א מאַמוטע אָן העלפאנדביינער.
- אָסקאַר דער בורטשער וואוינט אין א מיסטקאסטן מיט זיין ווארעם סליימי און זיין העלפאנד פלאַפי. זיין געמיט איז אפ שטענדיק שלעכט און ער האט ליב אלץ פון וואס אנדערע כאראקטערן האלטן נישט, ווי בלאָטע, מיסט און נאך.
- בערט און ערני זענען צוויי וואס וואוינען אינעם זעלבער קאמער. ערני איז מער אַקטיוו און איז אפ שטענדיק גרייט צו שפילן א שפיל אדער מאכן טאַראַראַמען. בערט איז אן אפט-נודנער בורטשער וואס האט ליב ליינען; ער וויל אז זאכן וועלן זיין קלאָר און ציכטיק און האט ליב טויבן.
- קיכעלע מאנסטער איז בלוי און עסט קיכעלעך אין גרויסע קוואנטומען.
- עלמאָ איז א רויטער מאנסטער וואס האט א גאָלדפיש מיטן נאמען דאָראָטי. ער האט זיין אייגענער טייל אינעם פראגראם מיטן נאמען "עלמאָ'ס וועלט".
זעט אויך
וועבלינקען
- אפיציעלע וועבזייטל (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!