אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאמיל פיסארא"
ק (החלפת טקסט – "ױ" ב־"וי") |
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
'''קאַמיל פּיסאַראָ''' ([[פראַנצויזיש]]: ''Camille Pissarro''; דעם [[10טן יולי]] [[1830]] - [[13טן נאָוועמבער]] [[1903]]) איז געווען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פראַנצויזישער]] [[קינסטלער]], איינער פון די גרינדער און אויסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם [[אימפרעסיאניזם|אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלעריי]]. | '''קאַמיל פּיסאַראָ''' ([[פראַנצויזיש]]: ''Camille Pissarro''; דעם [[10טן יולי]] [[1830]] - [[13טן נאָוועמבער]] [[1903]]) איז געווען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פראַנצויזישער]] [[קינסטלער]], איינער פון די גרינדער און אויסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם [[אימפרעסיאניזם|אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלעריי]]. | ||
ער איז געבוירן געוואָרן אין דער [[שטאָט]] שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אויפן קאַריבישן [[אינדזל]] סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון [[דענמאַרק]] ( | ער איז געבוירן געוואָרן אין דער [[שטאָט]] שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אויפן קאַריבישן [[אינדזל]] סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון [[דענמאַרק]] (יעצטער - בתולה-אינדזלען, [[פאַראייניקטע שטאַטן]]), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון [[ספרדיש]]-[[ייִד]]ישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין [[פראַנקרייך]]. | ||
אין זיינע [[בילד]]ער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט [[דארף|דאָרפ]]ישע [[לאנדשאפט|לאַנדשאַפט]]ן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די [[פּויער]]ים, וואָס האָרעווען אויף די פעלדער). האָט ער אויך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון [[פּאַריז]]ער [[בולוואר|בולוואַר]]ן. | אין זיינע [[בילד]]ער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט [[דארף|דאָרפ]]ישע [[לאנדשאפט|לאַנדשאַפט]]ן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די [[פּויער]]ים, וואָס האָרעווען אויף די פעלדער). האָט ער אויך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון [[פּאַריז]]ער [[בולוואר|בולוואַר]]ן. |
רעוויזיע פון 10:28, 2 יאנואר 2023
קאַמיל פּיסאַראָ (פראַנצויזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָוועמבער 1903) איז געווען אַ פּראָמינענטער פראַנצויזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדער און אויסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.
ער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אויפן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון דענמאַרק (יעצטער - בתולה-אינדזלען, פאַראייניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון ספרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פראַנקרייך.
אין זיינע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפישע לאַנדשאַפטן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די פּויערים, וואָס האָרעווען אויף די פעלדער). האָט ער אויך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון פּאַריזער בולוואַרן.
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געווען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פאָרשטייער פון דער קינסטלערישער סביבה.
ער איז געווען דער איינציקער קינסטלער, וועלכער האָט אָנטיילגענומען אין יעדער איינער פון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אויסשטעלונגען, וואָס זענען פאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
אין די שפּעטערע יאָרן פון זיין לעבן, האָט ער אויך עקספּערימענטירט אויפן געביט פון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אויסגענוצט די טעכניק פון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זיינע ווערק.
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפטר געוואָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אויפן "פּער-לאַשעז" צווינטער.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאמיל פיסארא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!