אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קרי וכתיב"
ק (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי") |
ק (החלפת טקסט – "פאַראַן" ב־"פארהאן") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
די '''קְרֵי וּכְתִֿיב''' זענען [[אראמיש|אַראַמישע]] ווערטער וואָס הייסן "געליינט" און "געשריבן." | די '''קְרֵי וּכְתִֿיב''' זענען [[אראמיש|אַראַמישע]] ווערטער וואָס הייסן "געליינט" און "געשריבן." | ||
עס זענען | עס זענען פארהאן ווערטער אין [[תנך|תנ"ך]] וואָס ווערן געשריבן אַנדערש ווי זיי ווערן געלעזן. די געשריבענע פאָרם הייסט "כתיב" און די געלעזענע פאָרם הייסט "קרי." די "[[מסורה (טעקסט)|מסורה]]" האָט פאַרצייכנט פיל אַזעלכע "קרי וכתיב"; פארהאן אַפילו ווערטער וואָס שטייען אינגאַצן נישט געשריבן און זיי ווערן געלעזן, און פאַרקערט, זיי שטייען געשריבן און ווערן איבערהויפּט נישט געלעזן. די ערשטע הייסן "קריין ולא כתיבן" און די צווייטע הייסן "כתיבן ולא קריין." זיי ווערן געבראַכט אין דער [[גמרא]] [[נדרים]] ל"ז, אַז זיי זענען "[[הלכה למשה מסיני]]," דאָס הייסט, אַז דאָס איז איבערגעגעבן געוואָרן פון די עלטסטע צייטן אָן. | ||
די תּנ"ך־קריטיקער ווילן ציען פון די דאָזיקע "קרי וכתיב" די מיינונג, אַז דאָס זענען געווען פאַרשידענע טעקסטן פון די באַטרעפנדע תנ"ך־שטעלן. | די תּנ"ך־קריטיקער ווילן ציען פון די דאָזיקע "קרי וכתיב" די מיינונג, אַז דאָס זענען געווען פאַרשידענע טעקסטן פון די באַטרעפנדע תנ"ך־שטעלן. |
רעוויזיע פון 23:15, 1 יאנואר 2023
די קְרֵי וּכְתִֿיב זענען אַראַמישע ווערטער וואָס הייסן "געליינט" און "געשריבן."
עס זענען פארהאן ווערטער אין תנ"ך וואָס ווערן געשריבן אַנדערש ווי זיי ווערן געלעזן. די געשריבענע פאָרם הייסט "כתיב" און די געלעזענע פאָרם הייסט "קרי." די "מסורה" האָט פאַרצייכנט פיל אַזעלכע "קרי וכתיב"; פארהאן אַפילו ווערטער וואָס שטייען אינגאַצן נישט געשריבן און זיי ווערן געלעזן, און פאַרקערט, זיי שטייען געשריבן און ווערן איבערהויפּט נישט געלעזן. די ערשטע הייסן "קריין ולא כתיבן" און די צווייטע הייסן "כתיבן ולא קריין." זיי ווערן געבראַכט אין דער גמרא נדרים ל"ז, אַז זיי זענען "הלכה למשה מסיני," דאָס הייסט, אַז דאָס איז איבערגעגעבן געוואָרן פון די עלטסטע צייטן אָן.
די תּנ"ך־קריטיקער ווילן ציען פון די דאָזיקע "קרי וכתיב" די מיינונג, אַז דאָס זענען געווען פאַרשידענע טעקסטן פון די באַטרעפנדע תנ"ך־שטעלן.
קוואַלן
- זעט ישראל ייבין, "מבוא למסורה הטברינית," אקדמון, ירושלים תשמ"ג (Introduction to the Tiberian Masorah).
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „קרי וכתיב” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!