אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן הורוויץ"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (איסתרק האט באוועגט בלאט אהרן הורוויץ צו רבי אהרן הורוויץ) |
רעוויזיע פון 14:38, 22 דעצעמבער 2022
רבי אהרן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), באקאנט אלס דער בייטשער רב.
אפשטאם
רבי אהרן, איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.
רבנות
אין יאר ה'תרמ"ו האט מען אויפגענומען רבי אהרן אלס רב אין בייטש.
הסתלקות
רבי אהרן איז נפטר געווארן י"ב אדר א' ה'תרפ"ז, און ליגט אין קאשוי.
פאמיליע
רבי אהרן האט געהייראט מרת טילא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב אברהם צבי הירש הורוויץ (ה'תרמ"ז (אומגעפער) - י"ז אדר ה'תשכ"א), בייטשער רבי אין ברוקלין, ניו יארק.
- הרב אלטער אליעזר הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ב אדר ה'תרצ"ז), פון בייטש.
- מרת תרצה, די ווייב פון הרב חיים סג"ל ליבערמאן רב אין דאברי.
- מרת רעכיל.
- מרת בילא, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה גראס רב פון בערבעשט.
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב משה הורוויץ, א זון פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
זעט אויך
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!