אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן"
ק (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיקייט" ב־"זעלבסטשטענדיגקייט") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן צו רוי:היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 17:28, 8 יאנואר 2023
די היסטאריע פון די פאַראייניגטע שטאַטן האט זיך אָנגעהויבן מיטן אנקום פון נאטיווע אמעריקאנער אין צפון אמעריקע מיט טויזנטער יאר צוריק. א צאל נאטיווע קולטורן האבן זיך געשאפן, און פיל זענען פאַרשוואונדן געווארן אין די 1500ער יארן. דאס אָנקומען פון קריסטאָפער קאָלאמבוס אין 1492 האט אנגעהויבן די אייראפעישע קאָלאָניזאַציע פון אמעריקע. די מערהייט פון קאָלאָניעס זענען געגרינדעט געווארן נאָך 1600, און פריע באריכטן און שריפטן פון דזשאן ווינטראָפּ מאַכן די פאַרייניגטע שטאַטן אלס דאס ערשטע לאנד וועמענס רוב גאר פריע ווארצלען זענען געהעריג רעקארדירט.
אין די 1760ער יארן האבן די דרייצן בריטישע קאָלאָניעס געהאט א חשבון פון צוויי און א האלב מיליאָן מענטשן לענגאויס דעם אַטלאַנטישן ברעג אויף מזרח פון די אַפּאַלאַשייען בערג. נאָכ'ן באַזיגן פראַנקרייך האט די בריטישע רעגירונג ארויפגעשטעלט אַ סעריע פון שטייערן אַריינגערעכנט די שטעמפּל אקט פון 1765, צוריקווייזנדיג די קאנסטיטוציאנעלע טענה פון די קאלאניסטן אַז נייע שטייערן דארפן זייער הסכמה. התנגדות צו די שטייערן, ספּעציעל די באָסטאָן טיי פארטיי אין 1773, האָט געפירט די פּאַרליאַמענט צו איינשטעלן שטראָף געזעצן אויסגעשטעלט צו ענדיגן די אייגענע רעגירונג אין מאַסאַטשוסעטס. באוואפענטע קאנפליקטן האבן זיך אנגעהויבן אין 1775. אין 1776, אין פילאדעלפיע, האט דער צווייטער קאָנטינענטאלער קאנגרעס דערקלערט די זעלבסטשטענדיגקייט פון די קאָלאָניעס אלס די פאראייניגטע שטאַטן. אנגעפירט דורכ'ן גענעראל דזשארזש וואשינגטאן האט זי געוואונען די רעוואלוציאנערע קריג מיט גרויסער שטיצע פון פראנקרייך, און עקסטערע הילף פון שפאניע און האלאנד.
די שלום פּאקט פון 1783 האט געגעבן פאר דעם ניי געגרינדעטן לאנד דאס לאנד פון אויף מזרח זייט פון דעם מיסיסיפּי טייך (אַריינגערעכנט חלקים פון קאנאדא אבער נישט פון פלארידע). די ארטיקלען פון קאנפעדעראציע האבן אוועקגעשטעלט א צענטראלע רעגירונג, זי אבער געווען אומאפעקטיוו צוצושטעלן סטאבעליטעט ווייל זי האט נישט געקענט איינמאָנען שטייערן און האט נישט געהאט קיין עקזעקיוטיווער אפיציר. א קאנווענשאן אין 1787 האט געשריבן א נייע קאנסטיטוציע וועלכער איז געווארן אדאפטירט אין 1789. אין 1791 איז א ביל אוו רייטס (א ליסטע פון רעכטן) צוגעלייגט געווארן צו גאראנטירן רעכטן וואס מ'זאל נישט קענען צונעמען. מיט וואשינגטאן אלס דער ערשטער פרעזידענט און אלעקסאנדער העמילטאן אלס זיין הויפט עצה געבער, איז א שטארקע צענטראלע רעגירונג געווארן באשאפן. דאס אפקויף פון די לואיזיאנע טעריטאריע פון פריינקרייך אין 1803 האט געדאפלט די גרויסקייט פון די פאראייניגטע שטאַטן. א צווייטע און ענדגילטיגע קריג מיט ענגלאנד איז פארגעקומען אין 1812, וואס האט פארשטערקערט די נאציאנאלע שטאלץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!