אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הרב יובל שערלא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט יובל שערלא צו הרב יובל שערלא)

רעוויזיע פון 00:46, 21 דעצעמבער 2022

 

ר' יובל שערלא

הרב יובל שערלא איז דער ראש ישיבה פון ישיבת אורות שאול אין פתח תקוה, א מחבר ספרים און א פאפולערער ציבור אַקטיוויסט. זיינע אַקטיוויטעטן און שטעלעס האבן אים פארשאפט פיל תומכים פון דער מאדערנער רעליגיעזער און פרייער יידישער וועלט ווי אויך קעגענערס פון די חרדישע און מער קאנסערוואטיווע ציוניסטישע רבנים.

ביאגראפיע

הרב שערלא איז געבוירן געווארן אין הרצליה צו עלטערן פון די פאַרייניקטע שטאַטן וואס האבען געמאכט עליה אין ארץ ישראל אין יאר תש"ח. ער האט געלערנט אין ישיבת נתיב מאיר און אין ישיבת הר עציון. ער האט באקומען סמיכה פון הרב אברהם שפירא. ער האט אויך געדינט אין דער ישראלישער מיליטער אלץ קאמאַנדאנט וואו ער איז געווארן דערהויבן צו דער דרגה פון א רב-סרן.

ער האט געדינט אלץ רב אין עטליכע פלעצער ווי אויך איז ער געווען ראש ישיבה אין ישיבת הגולן וואס געפינט זיך אין דעם שטעטל חיספין. אין יאר תשנ"ח האט ער, צוזאמען מיט הרב דוד סטיו און הרב שי פירון, אויפגשטעלט די ישיבת אורות שאול אין פתח תקווה.

שאלות ותשובות אויף דעם אינטערנעט

אין יאר תשס"א, האט הרב שערלא, אויפן פארלאנג פונעם העברעיש וועבזייטל "מורשת", אנגעפאנגען צו ענטפערן שאלות אויף זייער וועבזייטל און שפעטער אויף אנדערע זייטלעך אויך . ער איז באלד באקאנט געווארן אלץ איינער פון די מערסט פאפולערע רבנים אויפן אינטערנעט מיט איבער 36000 שאלות ותשובות אויף "מורשת" אליין. ער ענטפערט שאלות אין פארשידענע נושאים ווי אמונה, הלכה, שלום בית, ציונות און עטיק.

שיטות און מיינונגען

צניעות

הרב שערלא איז פון די הויפט שטיצער פאר א "חברה מעורבת" און איז קעגען דער אפטיילונג פון מענער און פרויען אין טאג טעגליכן לעבן. לויט זיין מיינונג קען גאר ארויסקומעם א חוסר צניעות דורך די באַנעמעניש מיט דעם ענין פון אָפּזונדערן מענער פון פרויען. אין 2012 ווען הרב שלמה אבינר האט ארויסגעגעבן א פסק קעגן פרויען קאנדידירן זיך פארן כנסת, האט הרב שערלא געקעגנט זיין פסק.[1]


קעגנערס

צוליב זיינע מיינונגען און פארשידענע ליבעראלרע פסקים האט ער זיך קונה געווען קעגנערס פון די חרדישע און מער פרומע ציוניסטישע רבנים; צווישן זיינע קעגנערס זענען הרב אברהם שפירא און הרב שמואל אליהו.

זיינע ספרים

  • וארשתיך לי לעולם - דמותו הדתית של האדם מישראל בעת התחייה, הוצאת ספרי הגולן, חספין תשנ"ו הספר במהדורת אינטרנט
  • תורת ארץ ישראל - תורת ארץ ישראל לאור משנת הראי"ה קוק, הוצאת ספרי הגולן, חספין תשנ"ח
  • בין משכן לעגל - על התחדשות דתית לעומת רפורמה, הוצאת ראובן מס, ירושלים 2000
  • והיו לאחדים בידך - בין הרמוניה לדיאלקטיקה במשנת הרב יוסף דב הלוי סולובייצ'יק, הוצאת תבונות, אלון שבות תש"ס
  • רשו"ת הרבים - תשובות שניתנו באינטרנט במגוון נושאים, הוצאת ישיבת ההסדר פתח תקווה, פתח תקווה תשס"ב
  • רשו"ת היחיד - תשובות בענייני צניעות ואישות, הוצאת ישיבת ההסדר פתח תקווה, פתח תקווה תשס"ג
  • אחריך נרוצה - פירוש משולב, פשט ודרש, על ספר שיר השירים, הוצאת ידיעות אחרונות, תל אביב 2003
  • רשו"ת הציבור - תשובות בענייני מדינה וציונות דתית, הוצאת ישיבת ההסדר פתח תקווה, פתח תקווה תשס"ה
  • יראה ללבב - על ייעוד הנבואה ותוכנה הפנימי, הוצאת ידיעות אחרונות, תל אביב 2007
  • רשו"ת להחמיר - על היחס לחומרות בהלכה, הוצאת ישיבת ההסדר פתח תקווה, פתח תקווה תשס"ז
  • והלכה כבית הלל - על היחס למחלוקות ביהדות, הוצאת תבונות, אלון שבות תשס"ח
  • בצלמו - על האדם הנברא בצלם, הוצאת ראובן מס, ירושלים 2009
  • שו"ת ההתנתקות - שאלות ותשובות בענייני תוכנית ההתנתקות, הוצאת ידיעות ספרים 2010
  • חברה שלמה: חברה צנועה מעורבת לכתחילה - חוברת חינוכית לנוער בנושא חברה מעורבת וצניעות (יחד עם רן חורי), הוצאת נאמני * מתורה ועבודה והקיבוץ הדתי, תל אביב תשע"א

רעפערענצן

  1. צי א פרוי מעג ווערן געוויילט צום כנסת (העברעיש)


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!