אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מרדכי ראטנבערג"
ק (החלפת טקסט – "יידנטום" ב־"אידנטום") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט מרדכי ראטנבערג צו רוי:מרדכי ראטנבערג אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 20:56, 8 יאנואר 2023
טעטיקייט ארט | אנטווערפן |
---|
הרב מרדכי ראטנבערג (ה'תרל"ב - ה'תש"ד) איז געווען דער אב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן פון תרע"ב ביז ער איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע אין תש"ד.
מרדכי ראטנבערג איז געבוירן געווארן אין תרל"ב אין קראקע, גאליציע, דער בכור פון הרב נפתלי ראטנבערג און זיין ווייב אסתר שפרה. ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין ווישניצא ביי הרב שלמה האלבערשטאם, וואס איז שפעטער געווארן באבאווער רבי אין אמעריקע. דערנאך האט ער געלערנט אין קליינווארדיין ביים ערוגת הבושם, אין סיגעט אונטערן קדושת יום טוב און אין צעהלעם, וואו הרב דוד פרידמאן האט אים גענומען פאר אן איידעם און אים באשטימט אלס דיין.
אין תרנ"ה האט די קהילה אין אשפעצין אים געוויילט פאר שטאטס רב, אבער ער האט מוותר געווען אויפן רבנות לטובת דעם צווייטן קאנדידאט.
אין תרס"ה האט מען אים באשטימט שטאטס-רב פון וואדאוויץ אין מערב גאליציע.
אין תרע"ב האט די מחזיקי הדת קהילה פון אנטווערפן אים באשטימט ראש בית דין. נאך דער פטירה אין תרע"ז פונעם רב, הרב נח צבי אולמאן, האט מען אים אויפגענומען ווי רב פון דער קהילה.
ער האט איבערגעלאזט א זון הרב חיים יעקב ראטנבערג, ראב"ד פון מחזיקי הדת אנטווערפן און אב"ד פאריז.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!