אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנחם מענדל פאנעט"
ק (←רעפערענצן: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 44: | שורה 44: | ||
[[קאַטעגאָריע:אונגארישע אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:אונגארישע אדמורי"ם]] | ||
[[קאַטעגאָריע:דעעש]] | [[קאַטעגאָריע:דעעש]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 21:17, 25 דעצעמבער 2022
רבי מנחם מענדל פאנעט זצ"ל (ה'תקע"ח - י"ג תשרי ה'תרמ"ה), רב אין דעעש, איז געווען דער יונגסטער זון פון דעם "מראה יחזקאל".
אפשטאם
רבי מנחם מענדל איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טערצאל, אונגארן, אין יאר ה'תקע"ח, צו זיין פאטער הרב יחזקאל פאנעט, רב אין קארלסבורג, באקאנט אלס דער מראה יחזקאל. און צו זיין מוטער מרת חיה רחל א טאכטער פון הרב משה העניג פון לינסק, גאליציע.
רבנות
רבי מנחם מענדל איז געווען א תלמיד פון חתם סופר, וועלכער האט שטארק געהאלטן פון אים, ער האט אים גערופן "דער זיידענער מאנדל". אין יאר ה'תקצ"ז איז רבי מנחם מענדל געקומען קיין אוהעל און זיך געווייקט ביים ישמח משה.
אומגעפער דריי יאר נאך זיין חתונה אין יאר ה'תר"ב, איז רבי מנחם מענדל צוריק געפארן קיין זיבנבערגן און זיין פאטער האט אים געשטעלט אלס רב אין דעעש, און א קורצע צייט איז רבי מנחם מענדל אנגענומען געווארן אלס רבי פון די גאנצע אומגעבונג.
רבי מנחם מענדל פלעגט פארן קיין סאדיגורא צום הייליגן רוזשינער, שפעטער פלעגט ער פארן צום צאנזער רב מיט דער באגלייטונג פון זיינע אנהענגער. רבי מנחם מענדל האט זיך געשריבן מיט א גרויס טייל פון די גדולים און זיין צייט.
אין יאר ה'תרל"ה האט רבי מנחם מענדל געגרינדעט דעם "כולל אהבת ציון לזיבנבערגען".
הסתלקות
רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן י"ג תשרי ה'תרמ"ה.
פאמיליע
אין יאר ה'תקצ"ט האט רבי מנחם מענדל געהייראט מרת רייזל, א טאכטער פון הרב הגביר יהודה לייביש הלוי קרויס פון איהעל. פון זייערע קינדער:
זיינע ספרים
- שערי צדק - שו"ת
- משפט צדק - שו"ת
- מעגלי צדק - על התורה
- אבני צדק
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- חכמי טראנסילווניה
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!