אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהושע הורוויץ"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידישקייט ← אידישקייט, <references/> ← {{רעפערענצן}}, סוגית ← סוגיית (2)) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 61: | שורה 61: | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, יהושע]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם|הורוויץ, יהושע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | [[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 23:55, 19 דעצעמבער 2022
רבי יהושע הורוויץ זצ"ל (ט"ו אדר ב' ה'תר"ח - י"א טבת ה'תרע"ג), רב אין דזשיקאוו, דער עטרת ישועה.
אפשטאם
רבי יהושע'לי איז געבוירן אין דזשיקאוו שושן פורים, ט"ו אדר ב' ה'תר"ח, צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.
זיין יוגנט
פון קליינערהייט האט זיך שוין אנגעזען אז רבי יהושע'לי וועט אויסוואקסן א גדול בתורה, ער איז געווען אויס געצייכנט מיט א שארפן מח און וואוּנדערליכן זכרון. ווען רבי יהושע'לי איז נאך געווען גאהר יונג האט ער זיך שוין געשריבן מיט די גרעסטע גדולים אין זיין צייט. מערקווירדיג איז צו ליינען די טיטעל'ן וואו מיר געפינען אין ספר שו"ת חסד לאברהם דאטועירט י"ח אדר ה'תרכ"ו, ווען רבי יהושע'לי איז קוים געווארן אכטצעהן יאר, "לכבוד ידידי הרב המופלג החכם ושלם בנש"ק כש"ת מוה"ר יהושע הורוויץ שליט"א".
אין עלטער פון אכצן יאר האט רבי יהושע'לי ארויסגעגעבן זיין ספר עמק הלכה אויף די שווערסטע סוגיות אין ש"ס, געבויט אויף דעם וועג פון פלפול, דאס ספר האט געהאט א געוואלדיגען אפקלאנג אין די תורה וועלט, ספעציעל אז מען לייענט די הסכמה פון דעם דאמאלסדיגען גדול הדור הרב יוסף שאול נאטאנזאן, דער שואל ומשיב, וואו ער שרייבט דארט צווישן די ווערטער, "ולא אכחד קושט דברי אמת אשר הוא צעיר לימים, ולפי מעט השנים הרבה מקנתו וראיתי איל מנגח ימה וצפונה על הדרך הנהוג לפנים כמו הספר דורש לציון להגאון בעל נודע ביהודה", (איך וועל נישט אפלייקענען דעם ווארהייט ער איז נאך יונג, לויט זיין ביסעל יארן האט ער פיל געקויפט און איך זעה א הערש וואס קעמפט רעכטס און לינקס אויף א וועג פון פריערדיגע ענליך צום ספר פון נודע ביהודה).
זיין פאטער דער אמרי נועם האט אויף אים געזאגט, אז ביי צוואנציג יאר האט ער שוין צוויי מאל איבער געלערנט דעם ספר הזהר.
רבנות
אויף זיינע עלטערע יארן האט דער אמרי נועם געקרוינט זיין זון רבי יהושע'לי אלס יונגער רב, אין אים איבער געגעבען צו פירען דאס רבנות אין דזשיקאוו, ער האט דאס געפירט מיט א געוואלדיגע פעסטקייט, די ראשי הקהל האבען געמוזט אלעס מיט אים איבער ריידען.
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרל"ז האט מען אויפגענומען רבי יהושע'לי אלס דזשיקאווער רבי, נאכפאלגער פון פאטער. רבי יהושע'לי מיט זיין קלוגען און טאלענטפולער פארנעם האט געצויגן צו זיך מענטשן פון נאנט און פון ווייט, תלמידי חכמים, בעלי בתים און המון עם, אלעס האט ביי אים געטראפען אן ארט זיך צו דערהייבן אין תורה, עבודה און יראת שמים.
אנדערשט ווי זיינע רבי'ס און זיידעס האט רבי יהושע'לי זיך פארנומען מיט וועלטליכע פראבלעמען, ספעציעל מיט פראבלעמען פון אידישקייט, ער האט פארלאנגט מ'זאל אים טעגליך פארליינען די וויענער צייטשריפט "נויע פרייע פרעססע". פאר די ערשטע וועלט קריג האט רבי יהושע'לי פאראויס געזאגט אז דייטשלאנד וועט פארלירן, פון די עסטרייכער קעניגרייך האט ער אפגעלאכט, ער האט געזאגט אז עסטרייך- אונגארן איז גלייך ווי רבי זאנוויל אין ראפשיץ וואס האט פארלוירן זיין טלית און תפילין... געווען איינמאל אין דער ראפשיצער רב זעהט ווי רבי זאנוויל איז זייער צוגעלייגט און זוכט עפעס איבערראל, פרעגט אים דער ראפשיצער רב וואס זוכסטו אזוי שטארק? זאגט רבי זאנוויל איך האב פארלוירן מיין טלית און תפילין, רופט זיך אן דער ראפשיצער רב צו אים, (באקאנט געווען פאר זאגען ווערטלעך) דארפסט דאך נישט זיין צוגעלייגט, דער טלית איז א טערקישער, די תפילין זענען איינס פון רש"י און איינס פון ר"ת דער סידור איז פון בארדיטשוב, וואס איז דיין נאר דאס בייטעלע... דאס זעלבע האט רבי יהושע'לי געזאגט אויף די עסטרייכער קעניגרייך אלע לענדער וועלען נעמען זייערס, און זי וועט בלייבען מיט איר וויען.
ביי דעם ערשטער צוזאמענקומפט פון מחזיקי הדת אין לעמבערג אין יאר ה'תרל"ט, וועלכער איז גערופען געווארן דורך דעם בעלזער רב און רבי שמעון סופר פון קראקא, איז רבי יהושע'לי געווען פון די הויפט רעדנערס, דער בעלזע רב האט אים געזעצט לעבן זיך.
הסתלקות
רבי יהושע'לי איז נפטר געווארן שבת קודש י"א טבת ה'תרע"ג, און ליגט אין אהל אין דזשיקאוו.
פאמיליע
צו רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, דער זיידע פון רבי יהושע'לי, איז איינמאל געקומען צו פארן זיין חסיד הרב לייביש רייך פון ריישא, א זון פון הנגיד הרב אליהו רייך. ווען ער איז אריין צום רבי'ן מיט א קוויטל זיך געזעגענען, האט ער אריין געשריבן אין קוויטל אז ער האט שוין א גרויסע טאכטער צום הייראטן, און דער רבי זאל אנוואונטשן און דאווענען ס'זאל אים אונטערקומען א גוטער חתן. רבי אליעזר'ל האט זיך פארטראכט עטוואס, נאכהער האט ער זיך אנגערופן צו רבי לייביש "נו זיי דיך משדך מיט מיר, איך האב אן אייניקל יהושע'לי זאל לעבן, א געשמאק בחור'ל, ס'וואלט געווען א גוטער און פאסיגער שידוך", זעלבספארשטענדליך רבי לייביש האט גלייך צו געשטימט. רבי אליעזר'ל איז אריין צו זיין זון דער אמרי נועם און זאגט אים "מאיר, געב אריין לעקאך מיט בראנפען כ'האב א שידוך געטון מיט דיין יהושע'לע", די מחותנים האבן געטרינקען לחיים און זיך געוואונטשן מזל טוב. אין א קורצער צייט שפעטער איז פארגעקומען די חתונה.
זייערע קינדער:
- מרת שרה, די ווייב פון הרב מנשה אייכנשטיין, ראב"ד ריישא. א זון פון הרב ישכר דוב אייכנשטיין דער ווערעצקיער רבי, אן אייניקל פון רבי אייזיק'ל זידיטשויבער. מחבר פון ספר "אלפי מנשה" און "תורת האשם".
- מרת פערל, די ווייב פון הרב עמנואל וועלטפרייד פאביניצער רבי, אן אייניקל פון רבי ישעיה פון פשעדבארז. זייער טאכטאר רבקה האט געהייראט הרב חיים מנחם דוד הורוויץ, א זון פון איר פעטער רבי אלטער'ל.
- מרת יהודית, די ווייב פון הרב פנחס נח סאפרין פון רידיק א קאמארנער אייניקל.
- מרת בינה, די ווייב פון הרב דוד שפירא, א זון פון הרב מאיר יהודה שפירא רב אין בוקאווסק, אן אייניקל פון בני יששכר.
- הרב אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ (ג' חשוון ה'תרמ"ה - ז' אדר ב' ה'תש"ג), אן איינציגער זון, ממלא מקום פון פאטער, רב אין דזשיקאוו.
זיינע ספרים
- עמק הלכה - סוגיות הש"ס
- קונטרס תוספות מציה - סוגיית בל תוסיף
- קונטרס דרך מלכים - פלפולים
- קונטרס קדושה משולשת - סוגיית קדושה ראשונה קדשה לשעתה
- עטרת ישועה - שו"ת
- עטרת ישועה - על התורה
- עטרת ישועה - מועדים
רעפערענצן
- עטרת ישועה על התורה - תולדות המחבר
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!