אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף קערלער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: וווּ ← וואוּ (2), , ← ,)
ק (החלפת טקסט – "ייִדנטום" ב־"אידנטום")
שורה 42: שורה 42:


==וועבלינקען==
==וועבלינקען==
* [http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Kerler_Yoysef אַ פרטימדיקע ביאָגראַפיע פון יוסף קערלער] אין דער [http://www.yivoencyclopedia.org/default.aspx ייִוואָ-ענציקלאָפעדיע פון מזרח-אייראָפעיִשן ייִדנטום] {{לינקשפראך|ענגליש}}
* [http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Kerler_Yoysef אַ פרטימדיקע ביאָגראַפיע פון יוסף קערלער] אין דער [http://www.yivoencyclopedia.org/default.aspx ייִוואָ-ענציקלאָפעדיע פון מזרח-אייראָפעיִשן אידנטום] {{לינקשפראך|ענגליש}}
* [http://gezang.blogspot.ru/ "דאָס געזאַנג צווישן ציין", יוסף קערלערס לידער]
* [http://gezang.blogspot.ru/ "דאָס געזאַנג צווישן ציין", יוסף קערלערס לידער]



רעוויזיע פון 12:34, 9 דעצעמבער 2022

יוסף קערלער (רוסיש: Иосиф Керлер; ‏7טן אפריל 1918, הײַסין, אוקראַיִנע – 2000, ירושלים) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער.

לעבנסגעשיכטע

יוסף קערלער איז געבוירן געוואָרן אין 1918 אינעם שטעטל הײַסין (איצט אין דער וויניצער געגנט פון אוקראַיִנע). אין 1930 – 1934 האָט דער קומענדיקער דיכטער געלעבט מיט זײַנע עלטערן אין אַ ייִדישן קאָלווירט אין קרים. אין 1934 – 1937 האָט ער זיך געלערנט אין אַ ייִדישן טעכניקום אין אָדעס. אין 1935 האָט יוסף קערלער דעביוטירט מיט לידער אין דער צייטונג "אָדעסער אַרבעטער".

אין 1937 – 1941 האָט ער זיך געלערנט אין טעאַטער-שול בײַם מאָסקווער ייִדישן מלוכה-טעאַטער (שלמה מיכאָעלסעס "גאָסעט"). זומערצייט 1941 האָט ער פאַרענדיקט די טעאַטער-שול און איז גלײַך אַוועק אויפן פראָנט און האָט געקעמפט ביז מע האָט אים ניט באַפרײַט נאָך דעם, ווי ער איז שווער פאַרוואוּנדעט געוואָרן אין 1944. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זײַנע ערשטע לידער-זאַמלונג "פאַר מײַן ערד". אין איר זענען איבערהויפּט אַרײַן פראָנט-לידער. יוסף קערלער איז געווען אַ מיטגליד פון רעדקאָלעגיעס פון דער צייטונג "אייניקייט" און פונעם אַלמאַנאַך "סאָוועטיש". ער האָט זיך געלערנט אויפן פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט.

אין 1947 איז ער אַריבערגעפאָרן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט און האָט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אינעם מאָסקווער פאַרלאַג "דער אמת" האָט מען געגרייט צום דרוק יוסף קערלערס צווייטע לידער-זאַמלונג, אָבער זי איז קיינמאָל ניט דערשינען. אין אַפּריל 1950 איז דער דיכטער אַרעסטירט געוואָרן נאָך דעם, ווי ער האָט פאַרעפנטלעכט אין דער געגנטלעכער צייטונג אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס אין די שולן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אויפגעהערט אונטעריכטן די ייִדישע שפּראַך. יוסף קערלער איז פאַראורטיילט געוואָרן צו צען יאָרן פון לאַגערן און געאַרבעט אין קוילן-שאַכטעס פון וואַרקוטאַ (די אויטאָנאָמע רעפּובליק פון קאָמי) צום צפון פונעם פּאָליוס-קרײַז.

אין 1955 איז יוסף קערלער באַפרײַט און ראַהאַביליטירט געוואָרן. ער איז געקומען צו פאָרן קיין מאָסקווע. אין 1957 איז דאָרט אַרויסגעגאַנגען אין איבערזעצונג אויף רוסיש זײַן לידער-זאַמלונג "מײַן טאַטנס ווײַנגאָרטן" («Виноградник моего отца»). אַ טייל פון די לידער, וואָס זענען אַרײַן אין איר, האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אינעם לאַגער. אין 1965 איז דערשינען זײַן צווייטע לידער-זאַמלונג איבערגעזעצטע אין רוסיש "איך וויל זײַן גוטהאַרציק" («Хочу быть добрым»). אַ סך יוסף קערלערס לידער זענען אין דעם פּעריִאָד געוואָרן אין אָריגינאַל פּאָפּולערע זינגלידער. מוזיק אויף זענען ווערטער האָבן געשריבן זינאָווי קאָמפּאַנייעץ, מאַנוס טאַבאַטשניקאָוו, וולאַדימיר שאַיִנסקי און אַנדערע. עס האָבן זיי אויסגעפילט באַוואוּסטע סאָוועטישע ייִדישע זינגער נחמה ליפשיץ, אנע גוזיק, מיכאל אלכסנדראָוויטש, מיכאל עפּלבוים און זינאָווי שולמאַן.

אין די זעכציגער יאָרן האָט יוסף קערלער אָנגעהויבן אַ קאַמף פאַר עליה קיין ישראל. ער האָט פאַרעפנטלעכט זײַנע לידער אין דער ניו-יאָרקער צייטונג "פאָרווערטס", אינעם תל-אָביבער ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "די גאָלדענע קייט", ווי אויך אין אומלעגאַלע סאָוועטישע ייִדישע אויסגאַבעס ("סאַמיזדאַט"). אין 1970 האָט יוסף קערלער פאַרעפנטלעכט אַן אָפענעם בריוו צו דער סאָוועטישער רעגירונג מיט אַ פאָדערונג דערלויבן די סאָוועטישע ייִדן עולה זײַן קיין ישראל.

אין מערץ 1971 איז יוסף קערלער עולה געווען קיין ישראל. אינגיכן נאָך דעם איז דערשינען זײַן בוך "געזאַנג צווישן ציין" מיט אַ הקדמה פון דב סדן. דאָס בוך האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן כמעט אַלע לידער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אינעם לאַגער. שפּעטער איז דערשינען אַ גאַנצע ריי יוסף קערלערס ביכער. זײַנע לידער זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, רוסיש, דײַטש, ענגליש, שפּאַניש, אוקראַיִניש, האָלענדיש, פּויליש אא. זינט 1974 האָט ער רעדאַגירט דעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" (אין די לעצטע יאָרן פונעם לעבן – צוזאַמען מיט זײַן זון דוב-בער קערלער).

יוסף קערלער איז נפטר געוואָרן אין ירושלים אין 2000.

לידער-זאַמלונגען

• "פאַר מײַן ערד" מאָסקווע, "דער אמת", 1944.

• "דאָס געזאַנג צווישן ציין", תל אָביב, פאַרלאַג י.ל. פּרץ, תשל"א.

• "זעט איך דאָך", תל אָביב: פאָרלאַג י"ל פּרץ, תשל"ב.

• "12טער אויגוסט 1952", ירושלים, תשל"ח-1978.

• "די ערשטע זיבן יאָר", ירושלים, תשל"ט.

• "הימלשאפט: בלעטלעך פּראָזע און לידער", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1986.

• "געקליבענע פּראָזע: עסייען, זכרונות, דערציילונגען", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1991.

• "אבי געזונט: לידער פון הײַנט און פון נעכטן", ירושלים, 1993.

• "שפּיגל-כתב: געציילטע לידער" (צוזאַמען מיט באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1996.

• "דווקא איצט: פון די לעצטע און אַנדערע לידער", ירושלים, "ירושלימער אַלמאַנאַך", 2005.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!