אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פריסטיק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן (5))
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פריסטיק צו רוי:פריסטיק אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 22:57, 8 יאנואר 2023

פריסטיק (דארף)
Frysztak
Frysztak - apteka.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
קאָאָרדינאַטן ‏=49°50′N 21°37′E / 49.833°N 21.617°E / 49.833; 21.617 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
פראווינץ אונטערקארפאטיע

 ‑ אין דארף

950‏  (שטייענדיג 2006)

פריסטיק (פויליש: Frysztak) איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפטפוילן, 17 ק"מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ער געווען א טייל פון מערב גאליציע.

היסטאריע

פריסטיק ווערט דערמאנט אין יאר 1259 ווי א שטאָט מיט מאגדעבורג רעכטן. אין 1474 האט די אונגארישע ארמיי פון קעניג מאטיאס קארווינוס פארטיליגט די שטאט.

רבי מענדעלע רימאנאווער (תק"ה - תקע"ה), איינע פון די גרויסע פירער פון חסידות אין גאליציע, האט געוואוינט לאנגע יארן אין פריסטיק.

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1932, האט מען אוועקגענומען פון פריסטיק דעם סטאטוס פון א שטאט, ווייל די באפעלקערונג האט זיך פארמינערט.[1] צוויי מאל (אין 1952 און 1975) האבן די איינוואוינער פרובירט צוריקבאקומען שטאָט-סטאטוס אָן דערפאלג.

יידן אין פריסטיק

אין יאר 1880 האבן געוואוינט אין פריסטיק 820 אידן, און אין 1921, 1,010 אידן.[2] ווען די צווייטע וועלט-מלחמה איז די באפעלקערונג פון פריסטיק געווען דריי פערטל אידן, מיט 1,322 מענטשן. [2] דער הויפט מסחר אין פריסטיק אין יענער צייט איז געווען מלאכות און פארמעריי.[3] די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אום 8טן סעפטעמבער 1939, ווען דייטשע זעלנער האבן בארויבט יידישע הייזער און קראמען און האבן ארויפגעלייגט אויף די אידן צוואנג־ארבעט. א וואך נאכהער, ראש השנה, האבן די דייטשע זעלנער פארברענט תשמישי קדושה און דערמארדעט אידן וואס האבן געדאווענט אין שול.[4]

גאַלעריע

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. 2.0 2.1 "פריסטיק", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. Sliwa, Joanna (2012). Encyclopedia of Camps and Ghettos, 1933-1945. Bloomington: Indiana University Press. p. 505. ISBN 0253353289.
  3. וויליאם לייבנער, היסטאריע פון פריסטיק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!