אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סטרי"
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן (4)) |
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי") |
||
שורה 59: | שורה 59: | ||
|language=פויליש|archiveurl=http://web.archive.org/web/20130523172036/http://www.nowysacz.pl/miasta_partnerskie|archivedate=2013-05-23}} | |language=פויליש|archiveurl=http://web.archive.org/web/20130523172036/http://www.nowysacz.pl/miasta_partnerskie|archivedate=2013-05-23}} | ||
</ref> | </ref> | ||
*{{flag|MDA|[[בעלץ]]}} <small>''( | *{{flag|MDA|[[בעלץ]]}} <small>''(זייט 1980)''</small> | ||
{{-}} | {{-}} |
רעוויזיע פון 11:13, 13 דעצעמבער 2022
|
סטרי (אוקראיניש: Стрий; פּויליש: Stryj) איז א שטאט אויפן לינקן ברעג פונעם סטרי טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, צופוסנס די קארפאטן בערג. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע.
פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געשיכטע
סטרי ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין 1385, און איז דעמאלסט געווען אינעם קעניגרייך פון פוילן. אין 1886 האט א גרויסע פייער פארברענט די שטאט.
ביים פוילישן צענזוס פון 1931 איז געוון זיין באפעלקערונג 35.6% אידן, 34.5% פאלאקן, 28% אוקראינער און 1.6% דייטשן.
געאגראפיע
טריסקעוויץ געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 64 ק"מ דרום פון לעמבערג, 72 ק"מ מערב פון סטאניסלאוו און 20 ק"מ צפון פון באלעכאוו.
יידישע היסטאריע
אידן זענען געקומען קיין סטרי ביים סוף פונעם 16טן יארהונדערט און אין תכ"ט האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול. אין 1874 האט מען געוויילט א ייד, ד"ר דוד פרוכטמאן בירגערמייסטער פון סטרי.
אין 1890 האבן געוואוינט אין סטרי 6,572 אידן, און אין 1910 האבן געוואוינט דארט 10,718 אידן.[1]
רבנים פון סטרי
צווישן די רבנים פון סטרי זענען געווען הרב אריה לייב הכהן העלער, דער "קצות החושן" (פון תקמ"ח), און הרב יעקב לארבערבוים, דער "נתיבות" (פון תקפ"ח ביז תקצ"ב), און רבי מרדכי זיסקינד סג"ל לנדא מסטריא..
צווילינג שטעט
סטרי האט די צווילינג שטעט:
רעפערענצן
- ↑ "סטרי", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ "Miasta partnerskie i zaprzyjaźnione Nowego Sącza". Urząd Miasta Nowego Sącza (in פויליש). Archived from the original on 2013-05-23. Retrieved 2013-08-01.
{{cite web}}
: CS1 maint: unrecognized language (link)
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סטרי |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!