אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאטמאר (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: װ ← וו, , ← ,)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סאטמאר (הויף) צו רוי:סאטמאר (הויף) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 21:27, 8 יאנואר 2023

סאַטמאַר איז א חסידות וואס איז געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים, רב אין סאטמאר, זיבנבערגן. היינט וואוינען די חסידים בעיקר אין וויליאמסבורג, ניו יארק, און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אלע פרומע יישובים איבער דער וועלט. זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקן קעגנזאץ צו ציוניזם וואס רבי יואל האט שטענדיק שטארק געשטורעמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם. די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישן און רומענישן אפשטאם.

רבי יואל טייטלבוים

סאטמאר איז א גרויסע שטאט אין טראנסילוואניע (היינט אין ראמעניע) דארט וואו עס האבן געוואוינט טויזנטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן אין די יארן נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין יאר ה'תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, רבי אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן דער געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל טייטלבוים פאר רב. רבי יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגערס און חסידים, נאך געציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז רבי יואל אויפגענומען געווארן פאר רב, און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט אין יאר תרצ"ד.

אין סאטמאר האט רבי יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ער איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט אין ניסן ה'תש"ד קאנצערטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט אין דעם טרויעריג-בארימטן פארניכטונג לאגער, אוישוויץ הי"ד.

אדמורי"ם

רבי יואל טייטלבוים, אן אייניקל פונעם ישמח משה פון איהעל, דער מייסד פון סאטמארער חסידות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו אב תשל"ט, און זיין ציון איז אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל. זיין ציון איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק.

טעקע:2 satmar rabbes.jpg
די סאטמארער רבי'ס, לינקס רבי יואל טייטלבוים, רעכטס זיין נעפע, רבי משה טייטלבוים

נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלומעניק רבי משה טייטלבוים וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו דער הייליגער תורה אימפעריע בכל קצווי תבל.

רבי משה טייטלבוים, דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן ה'תשס"ו, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל.

נאך זיין פטירה האבן איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן (מהר"א) אין קרית יואל און זיין דריטער זון רבי זלמן לייב (מהרי"י) אין וויליאמסבורג.

היסטאריע

סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם רבי יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי. סאטמאר איז דער נאמען פון א שטאט אין זימבערגן וואו דער אדמו"ר איז געווען רב - נאכ'ן אנגעקומען אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע, און זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבן צו בויען מוסדות, און נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דאן א קליין בית המדרש'ל), אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.

קנאות

סאטמאר איז באקאנט אין דער וועלט פאר זיין אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקן אנטי ציוניזם. סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר, רבי הלל ליכטענשטיין און די אונגארישע קנאות איבערהויפט.

סאטמאר האט באוויזן נאכ'ן קריג אויפצושטעלן אין אמעריקע א פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגאניזאציעס פאר חינוך און געזעלשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע רבי'שע הויפן איבער דער וועלט.

צדקה וחסד

א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאנצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.

דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.

די סאטמארער רביצין אלטא פייגא האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויסבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.

רבי יואל און אלטא פייגא האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.

מוסדות

סאטמאר פארמאגט היינט באזונדערע קהלות און מוסדות פאר אלע יארגענג אריינגערעכנט כוללים פאר אינגעלייט אין רוב חרדיש'ע געגענטער: וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק, מאנסי, קרית יטב לב, לעיקוואד, מאנטריאל, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, און נאך.

אזוי אויך פארמאגן ביידע קהלות, קעמפס פאר אלע יארגענג.

חברה קדישא

סאטמאר האט זעקס בתי חיים. דאס ערשטע איז געווען אין לאנג איילענד, דערנאך האט מען געקויפט אין ניו דזשערסי. נאך דער פטירה פון רבי יואל האט מען מחדש געווען אין קרית יואל. שפעטער ביי דער סאטמארער חלוקה האבן די חסידים פון מהרי"י מחדש געווען א נייע ביה"ח הארט נעבן דעם אלטן בית החיים. אויך האבן די חסידים פון מהרי"י אפגעקויפט א נייע חלקה אין ניו דזשערסי,

סאטמאר אין ארץ ישראל

די רבנים פון דעם חסידות אין ארץ ישראל זענען:

  • הרב אליהו כ"ץ, ממלא מקום אביו ורב פון שיכון קרית יואל סאטמאר אין בני ברק
  • הרב חיים צבי טייטלבוים, זון פון רבי זלמן לייב, רב פון קהלות ומוסדות סאטמאר אין ירושלים
  • הרב חיים צבי מייזליש (אייניקל פונעם ברך משה), רב סאטמאר אלעד, ראש ישיבת סאטמר אין בני ברק.
  • הרב משה זאב זורגער, דיין אין ירושלים (מהרי"י)
  • הרב שלמה יהודה הירש, דיין אין ירושלים (מהרי"י)
  • הרב משה טייטלבוים, דיין אין ירושלים (מהר"א)


דייני ורבני סאטמאר (קהלות מהר"א)

הרב מנחם מענדל טייטלבוים עלטסטע זון פון רבי אהרן אבדק"ק ור"מ ווילאמסבורג

הרב בעריש מייזליש אבדק"ק סאטמאר ב"פ

הרב שלום אליעזר טייטלבוים אבדק"ק 15 עוו. ב"פ - ונשיא 'כולל עצי חיים' ד'סאטמאר בני ברק

הרב געציל בערקאוויטש דומ"ץ קרית יואל

הרב משה פרידמאן דומ"ץ בארא פארק

הרב אברהם הערש וואזנער אבדק"ק ודומ"ץ מאנסי

הרב משה מנחם ווייס אבדק"ק סאטמאר לאנדאן

הרב מאיר מארקאוויטש מו"ץ סאטמאר לאנדאן

הרב יחזקאל אינזליכט מו"ץ סאטמאר לאנדאן

הרב מאיר וויינבערגער אנטווערפען

הרב בנציון לאוב מו"ץ סאטמאר ווילאמסבורג

הרב צבי ארי בערנשטיין, מו"ץ ובעל מכשיר מהר"א מצה בעקריי בוויליאמסבורג

הרב שלמה זאבעל מו"ץ ביהמ"ד בית דוב קרית יואל

הרב אונגאר סאוט 8

הרב שלום טייטלבוים ראה"כ בכולל עצי חיים בני ברק ודומ"ץ קרית ויואל משה - מאנטיסעלאו

הרב אפרים שמעון לייכטאג דיין 15 בארא פארק, ובעל מכשיר בבית השחיטה ד'סאטמאר לגסות חסיד נלהב למהר"א מסאטמאר

סאטמארער דיינים ורבנים (קהלת מהרי"י)

הרב שלמה לייב וויינבערגער פייעא רב חבר הביד"ץ וראש הכולל

הרב זלמן לייב פילאף חבר הביד"ץ

הרב חיים דוד כ"ץ דומ"ץ בארא פארק חבר הביד"ץ

הרב חיים צבי טייטעלבוים עלטסטע זוהן פון רבי'ן אבד''ק סאטמאר ירושלים

הרב דוד מייזליש אב''ד סאטמאר מאנטריאל

הרב יהושע לערנער דמו"ץ סאטמאר מאנטריאל

הרב לייבוש פרידמאן דומ"ץ ביהמד"ר הגדול וויליאמסבורג

הרב ארי' ראזענפעלד דומ"ץ קרית יואל

הרב חיד"ו ווייס דומ"ץ אנטווערפן

הרב שמעון כ"ץ דומ"ץ מאנסי

הרב יעקב יצחק פאללאק, אב''ד סאטמאר מאנטשעסטער

הרב יואל זוסמאן ראזענצווייג דומ''ץ קרית יטב לב

הרב ברוך נתן האלברשטאם אבדק"ק סאטמאר לאנדאן

הרב הערשל שנעק מו"ץ סאטמאר לאנדאן

הרב אליעזר מרדכי שטאלצבערג מו"ץ סאטמאר לאנדאן

הרב משה פאללאק מו"ץ סאטמאר לאנדאן

הרב אהרן שמואל פאדווא מו"ץ בארא פארק

הרב מנחם נתנאל יונגרייז דומ''ץ בלומינגראוו

הרב חיים קלמן גוטמאן דומ"ץ סאוט 8

הרב ברוך אברהם פרידמאן דומ"ץ העריסאן

הרב יצחק רויזענבערגער חדב"ן רב שכונת ליע גארדענס

הרב משה ארי' ליבערמאן דמו"ץ ליע גארדענס

הרב יחזקאל טייטלבוים דומ''ץ קליימער

הרב פנחס לייב כ"ץ דומ''ץ ביהמ"ד טרופ

הרב לעמבערגער מו"ץ אנטווערפין

הרב פרידמאן מו"ץ אנטווערפין

הרב יודא לייב ניימאן מו"ץ מאנסי

הרב יוסף ברוך יונגרייז ראש הכולל מאנסי

הרב יוסף שטראסער מו"ץ מאנטריאל

הרב יואל מאסקאוויטש מו"ץ מאנטריאל

הרב יואל גאלד מו"ץ קרית יטב לב


הרבנים וראשי ישיבות מקהלות סאטמאר וואס לעבן נישט

רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד סאטמאר

רבי משה מנחם טירנויער דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל

רבי נתן יוסף מייזעלס ראש ישיבת ומנהל סאטמאר ואבדק"ק סאטמאר לאנדאן

הרב שמעי' שווארץ ממאנטריאל

רבי כ"ץ רב פון ריסקווע און פון סאטמאר קרית יואל - בני ברק

רבי משה ארי' פריינד גאב"ד העדה החרדית רב און ראש ישיבה פון סאטמאר אין ירושלים

רבי שמעון ישראל פויזענן משאפראן ראש ישיבת סאטמאר נפטר תשכ"ח

רבי רפאל זילבער רב פריימאן ראש ישיבת סאטמאר

רבי משה יאזפאוויטש רב צלותא דשלמה ראש ישיבת סאטמאר

רבי אברהם לייטנער רב מאנטיוודיעא וראש ישיבת סאטאמר

רבי משה דוב וויינבערגער רב פון פייעא ממקרובי רבי יואל

הרב יוסף אשכנזי גבאי ואיש סודו פון רבי יואל

רבי יונה פילאפף ראש ישיבת סאטמאר קרית יואל עד יומו האחרון

רבי מענדל רובין רב פון מוזשיי מנהל סאטמאר בארא פארק

רבי ברוך מילער ראש כולל בקרית יואל

וועבלינקען

היסטארישער פראטעסט אין וואשינגטאן קעגן ציונות ווערט געזען ר' זלמן לייב טייטלבוים נעבן זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים אויך די פאליטישע פירער פון סאטמאר: ר' בערל פרידמאן ר' סענדער דייטש ר' חיים משה שטויבער ר' אברהם ווידער ר' יוסף וואלדמאן. [1]

בילדער פון סאטמארער רבי'ן אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!