אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אשר יעקב וועסטהיים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 26: שורה 26:
[[קאַטעגאָריע:כשרות]]
[[קאַטעגאָריע:כשרות]]
{{DEFAULTSORT:וועסטהיים, אשר_יעקב}}
{{DEFAULTSORT:וועסטהיים, אשר_יעקב}}
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 01:36, 27 נאוועמבער 2022

 

הרב אשר יעקב וועסטהיים (תש"ט – ט' ניסן, תש"פ) איז געווען א רב און א בעל מכשיר, וועלכער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד.

ער איז געווען רב פון דער אגודת ישראל שול אין בראטן פארק, סאלפארד, און האט געפירט דעם בית איגוד הרבנים, א בית דין פאר כשרות.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין גייטסהעד, ענגלאנד. ווען ער איז געווען א יונג קינד האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין פאריז.

ער האט געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה און אין ישיבת באר יעקב.

ער האט געדינט אלס דער רב פון בית המדרש אגודת ישראל, און פירער פון בד"ץ איגוד הרבנים. אויך האט ער פאר עטליכע יאר געהאט א ישיבה גדולה, עזרת תורה, פאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער ארט אין אנדערע ישיבות. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם מאנטשעסטער בית דין עטלעכע יאר.

ער האט אנגעפירט א ריזן כשרות אפאראט, וואו ער האט ארויסגעגעבן הכשרים אויף הונדערטער פראדוקטן.

דער רב איז נפטר געווארן אין עלטער פון 71 יאר אלט, דאנערשטאג פרשת צו, ט' ניסן, תש"פ נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנאווירוס.

דרויסנדיגע וועבלינקען

איבער זיין פטירה אויף בחרדי חרדים

א באריכט אויף JDN

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!