אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אריזאנער ווייץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(clean up, replaced: סאטמארערסאטמארער using AWB)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022

אריזאנער ווייץ איז ווייץ וואס וואקסט אין דעם שטאַט אריזאנע, וואס דריי חסידישע מצה בעקערייען אין ניו יארק האבן אנגעהויבן צו ניצן צו באקן מצות פאר פסח אין יאר ה'תשס"ז:

  1. קרית יואל מצה בעקעריי.
  2. פאפא צעהלים.
  3. מאנסי מצה בעקעריי (עקיבא וויינשטאק).

דער פיאנער פון אריזאנע ווייץ איז געווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די יארן תשכ"ז און תשכ"ח. דאס איז צוריק נתחדש דורך די רבנים פון בארא פארק, הרב יצחק יעקב כייעם, הרב חיים לייב כ"ץ און הרב ישראל צבי בראדי, מיט די הילף פון דעם סאטמארער רבי'ן הרב אהרן טייטלבוים פון קרית יואל.

די פראבלעם

אין שו"ע שטייט אז ווייץ נאכן פארטיג ווערן ברויך מען געבן אכט עס זאל נישט רעגענען, דאס איז געבויט אויף א תשובת הרשב"א, אז איינמאל די ווייצלעך זענען געצייטיגט איז עס פונקט ווי עס איז אפגעשניטן (כמונח בכדא) און מ'דארף עס היטן פון ווערן חמצ'דיג. נאך שטייט אין שלחן ערוך און פוסקים אז די סימני חימוץ פון ווייץ איז אויב זיי זענען געשפאלטן אדער עס וואקסט גרעזעלעך אויף די שפיצן פון די זאנגען. דעריבער זאגן טייל אחרונים אז ס'איז ראטזאם צו שניידן דעם ווייץ אביסעלע פרי איידער עס איז געצייטיגט און דערנאך אליינס טריקענען אויפן זון. שפעטערדיגע אחרונים זאגן שוין אז מ'זאל נישט אזוי טאן, ווייל עס קען ווערן פארשימלט, ווערעמיג און אפילו מצומח אין איינלאגערן.

למעשה אלע יארן אין ניו יארק האט מען געשניטן ווייץ אין רעגענדיגע ערטער ווי טייל פון די ווייץ האבן שוין געהאט די סימני חימוץ, און זענען שוין געווען געצייטיגט אז מ'האט זיי נישט געדארפט אליינס טריקענען. מ'האט שוין בשעת'ן שניידן געטראפן פיל ווייצלעך וואס זענען מצומחות, און אזוי אויך דער חשש אז די אנדערע וואס זענען דאך זיכער נאס געווארן קענען דאך אויך האבן געווען מבוקע און מצומח אבער מ'דערקענט עס שוין נישט. מ'האט געטאן אזוי ווייל עס איז נישטא קיין ברירה, האט מען זיך פארלאזט אז עס ווערט בטל בשישים.

לעזונג ביז איצט

א דאנק דעם פלעגן די מחמירים זיך אליינס קלויבן דעם ווייץ, צו עס אויסרייניגן פון די חמצדיגע ווייצן, ווי למשל די פריערדיגע סאטמארער רבי'ס ר' יואל זצוק"ל און דער ברך משה, וואס די ישיבה בחורים האבן געקליבן די ווייצן פאר זיי.

בערך 35 יאר צוריק האט דער סאטמארער רבי הגה"ק ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל, פרובירט צו שניידן ווייץ פון פלעצער וואס רעגנט נישט, נעמליך אריזאנע, אבער דער ווייץ האט נישט פראדוצירט א גוט מעהל וואס מ'זאל קענען דערפון מאכן פסח מצות, און דעריבער האט דאס נישט אנגעהאלטן פאר די נאכנאנדיגע יארן.

ספר קציר חטים

אין יאר תשס"ו איז ארויסגעקומען דער ספר קציר חטים פון הרב יעקב הערש גאלדשטיין וואו ער ברענגט צוזאמען די אלע אחרונים וואס האלטן אז מ'דארף אדער מ'זאל שניידן דעם ווייץ ווען עס איז נאך גרין, איידער עס ווערט געצייטיגט. דער ספר האט ארויסגעברענגט א שרעקליכן שטורעם וויבאלד דאס איז קעגן דעם איינפיר וואס מ'האט געטאן די לעצטע צענדליגע יארן. ער טענה'ט אבער אז אין ויואל משה'ס צייטן האט מען יא געשניטן פריער פון היינט.

עס האבן זיך צו אים צוגעטשעפעט א קליינער עולם וואס שניידט אליין ווייץ, און האבן געשניטן פרי מיט אלע אזהרות וואס ער האט זיך אונטער גענומען. למעשה, איז דאס אבער נישט קיין לעזונג פאר קיין מצה בעקערייען, וויבאלד מ'קען דאס נישט טאן אין גרויסע קוואנטומען, און צוליב דעם האבן אלע רבנים זיך ארויסגעדרוקט קעגן זיין ספר און פלאן.

"אריזאנער ווייץ" לעזונג

הרב יצחק יעקב כייעם א תלמיד און מקורב ביי הרב חיים לייב כ"ץ, איז אויפגעקומען מיט אן אויסטרעף צו נעמען ניו יארקער ווייץ קערנדליך און איינזייען זיי אין אריזאנע, וואס דאן וועט עס האבן דעם זעלבן טעם, אןן די קערנדלעך וועלן זיין שיין און גאנץ. וויבאלד דארט איז א מדבר און רעגענט נישט, וועט נישט זיין די פראבלעם פון עס לאזן לאנג ליגן אין פעלד, אפילו ווען לדעתם הייסט דאס שוין "נגמר היניקה", עס איז שוין געפערטיגט די זייגונג פונעם ווייצל.

און דעריבער זענען זיי אהין געגאנגען אין אריזאנע וואס איז א מדבר און דער ווייץ וואקסט נישט אויף קיין רעגן וואסער, נאר דורך שלויכן וואס מען ציט פון אונטער דער ערד צו באוואסערן, וואס דארט וועט לויט זיי נישט האבן די חששות, ווייל עס קומט נישט צו קיין וואסער אויפן אויבערפלאך.

ה'תשס"ז איז עס אנאנסירט געווארן אלס א דערפאלג. די ווייצלעך זענען ארויסגעוואקסן שיין, זויבער און גאנץ און די מצות האבן אויך געהאט א גוטן טעם. און הרב כייעם איז אריבער צום סאטמארער רבי'ן, ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, און אים איבערגערעדט צו קומען נעמען ווייץ פון דארט, און דערנאך האט ער זיך טאקע זייער שטארק צוגעכאפט דערצו און עס שטארק אינדארסירט פאר זיינע סאטמארער חסידים, וואס דאס האט עס געברענט צו א שטארקן פראמינענץ. די סאטמארער בעקעריי אין קרית יואל האט דעמאלטס אנגעהויבן אריינצונעמען א ביסל אריזאנע ווייץ און פארשפראכן פאר די פאלגנדע יארן צו פארמערן די צאל. די פאפא-צעהלים מצה בעקעריי און מאנסי מצה בעקעריי האבן אויך גענומען פון דעם אריזאנער ווייץ.

אלע רבנים וואס זענען געווען ביים שניידן, און אזוי אויך אלע בעקערייען וואס ניצן דעם ווייץ זאגן אז עס איז נישט געווען קיין שום חמצ'דיג ווייצל בשעת'ן שניידן אין קיין איינע פון די יארן.

די מערערים

עס זענען אויך געווען געוויסע קריטיקירער אויף דעם ווייץ, וועלכע האבן געטראפן א פראבלעם מיט דעם אז עס קומט לכאורה אויס אז מ'האט זיך געבראכן צו הרב יעקב הערש גאלדשטיין מיט זיין טענה אז דער אלטער וועג איז נישט אויסגעהאלטן. זיי זענען למעשה געווען פון פריער אין מלחמה קעגן הרב גאלדשטיין, און זיי האבן געהאלטן אז מ'דארף עס אנהאלטן אויך קעגן דעם אריזאנער ווייץ. די קריטיקירער זענען געווען הרב דוד ראזענבערג, דער מנהל פון דער סאטמארער בעקעריי אין וויליאמסבורג, הרב אברהם לויפער אב"ד דאראג, און הרב יצחק שטיין דומ"ץ פאלטיטשאן וראב"ד בית הוראה דקארלסבורג. למעשה, הרב בראדי, הרב אהרן טייטלבוים, הרב געציל בערקאוויטש און הרב הילל וויינבערגער האבן אויך נישט געהאלטן מיט הרב גאלדשטיין, אבער זיי זעען נישט קיין שום סיבה פארוואס מ'זאל נישט נעמען פון א פלאץ וואו ס'איז נישטא קיין מצומחות.

די ערעורים

זייער קריטיק לויטעט אז:

  1. הגם אז אין אריזאנע רעגנט נישט, זאגן דאך אבער חז"ל אז טוי קומט אלעמאל. און די ווייץ האט מען אפגעשניטן אויפן גראד נומער 7, דאס מיינט ווען עס איז שוין פאקטיש טרוקענער ווי מ'שניידט נארמאל אין לאנג איילענד. און כאטש וואס מ'טרעפט נישט קיין שום פוסק וואס זאל זאגן אז מ'דארף מחמיר זיין אויף טל, האט מען ציניש אפירגעברענגט אן אויפטוה פון בעל קציר חיטים אליינס (וואס ער האט געניצט קעגן די לאנג איילענד ווייץ) אז אויב די שאלאכץ פון די ווייצלעך איז שוין געווען אפען, קען עס יא מעגליך חמץ ווערן. און אז אפילו מ'זעט נישט קיין מצומחות דארף מען אויך חושש זיין אז טייל פון די ווייץ זענען שוין יא געווען מצומח, נאר זענען זיך צוריק צוזאמנגעקומען דורך די היץ.
  2. אז די פלאץ וואו עס וואקסט איז א מדבר וואס די עפר איז בעצם נישט מצמיח געהעריג. און אזויווי לגבי די מצוה פון כיסוי הדם קען מען דאס נישט נוצען לויטן הלכה, איז מעגליך אז דאס הייסט אויך נישט קיין ריכטיגע ווייץ עפ"י תורה.
  3. אויך אז דאס וואסער וואס באוואסערן אונטער דער ערד, הגם עס קומט פון א טייך וואס דארף צו האבן זיס וואסער, האבן זיי עס אבער געשיקט אין א לאבאראטארי וואו זיי האבן אויסגעפונען אז עס האט דאך עפעס א פראצענט פון נאטירליכן זאלץ, און ממילא איז דא א חשש אז עס איז ממהר להחמיץ [ווערט גאר שנעל חמץ, און עס העלפט נישט אכטונג צו געבן אויף 18 מינוט ביים באקען].
  4. אז די ווייץ פון דעם ערשטן יאר האט געהאט הויך-גלוטען וואס דאס איז דאס קלעבעדיגע באשטאנדטייל אין די ווייץ. א טייג יערט דורך דעם וואס עס שאפט זיך גאז באבלס אינעווייניג. און אויב איז דא מער גלוטען איז דאך א שאלה פון ממהר להחמיץ.
  5. דער הויפט טעם איז אז אויב מען רירט זיך אוועק פון דער מסורה פון אלע יארן, קען מען נישט וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן און וואס דאס גייט נאך מיטברעגנען דערצו.

אבער די שטיצער האבן אנגעוויזן אויף די לעכערליכקייט פון די אלע טענות זאגנדיג אז אפילו דאס וואס חז"ל זאגן אז "טל לא מיעצר", געפין מיר קיין שום שו"ע פוסק וואס זאל דאס צוברענגען צו הל' פסח. דער שו"ע רעדט קלאר ארויס נאר פון רעגן און נישט פון קיין טל. אויסערדעם איז בכלל נישט מוכרח אז דער מאמר חז"ל גייט ארויף אויף כל העולם כולו, מעגליך אז עס רעדט נאר פון רעגנדיגע ערטער וואו מ'זעהט די מציאות אז עס איז דא טל, אבער נישט אין אריזאנע וואו סיי וואס מ'זעט נישט און מ'שפירט נישט קיין טל, און סיי וואס די וויסנשאפטלערס זאגן אז אין דער צייט פון יאר איז טאקע נישטא קיין טל (די מערערים האבן אויף דעם אטאקירט, אז מ'ווענדט אפ זייער פשט אין חז"ל מיט וויסנשאפט). אין יעדן פאל וועט עס דאך זיין בעסער ווי לאנג איילענדער ווייץ וואס קען האבן געווארן אנגערעגנט פאר פיר-און-צוואנציג שעה אין א צו.

די טענה פון מדבר איז זיך למעשה סותר מיט דער טענה פון טל. למעשה, טענה'ן די שטיצער וואקסט דארט געהעריג אלע מיני פירות און ירקות נאכדעם וואס מ'ברענגט אריין וואסער. לגבי די טענה פון זאלץ, האבן זיי געטראפן אז דאס וואסער - מים שלנו - וואס מ'לייגט אריין אין די טייג ממש ביי דער אלטער סאטמארער בעקעריי אויף בראדוועי, ווייזט א גרעסערן פראצענט זאלץ ווי דאס וואס גייט כלומר'שט אריין אין די זאנגען בשעת'ן וואקסן.

אויך אויף דער טענה פון מסורה, זאגן זיי אז מ'געפין מיר און קיין שום פוסק בעולם וואס זאל שרייבן אפי' ברמז אז עס איז דא א קפידא דוקא צו נעמען ווייץ פון רעגענדיגע ערטער, נאך מער זאגן זיי אז עס איז קיין שום חדשות, אמער, אנשי ארץ ישראל פלעגן דורי דורות שניידן ווייץ אין מצרים, וואו דער נילוס טרינקט אן די פעלדער ווי מ'זעהט און די מדרשים.

פאליטיק

אלע סאטמארער אהרונים האבן געהאלטן אז די קריטיקירער האבן בלויז געמיינט פאליטישע אנטשוינונגען און נישט הלכה'דיגע אספעקטן, צוליב וואס דער ווייץ איז ברייט אידענדיפיצירט געווארן אויף דער גאס אלס ר' אהרן טייטלבוים'ס המצאה, ממילא האבן זיי אויטאמאטיש געמוזט זאגן פארקערט. אין דער גויאישער פרעסע, די דעילי ניוס, איז עס אויך באריכטעט געווארן מיט דעם ספין, ווי זיי שרייבן א ציטיר פון אן אהרוני אז ווייל ר' אהרן האט געזאגט אז דער ווייץ איז גוט האט "אויטאמאטיש ר' זלמן לייב געזאגט פארקערט".

למעשה איז עס נישט אינגאנצן אזוי. ר' זלמן לייב און זיין קאמפאני האבן גארנישט ספעציפיש קעגן דעם אריזאנער ווייץ, זיי האבן אפילו פאר יאר תשס"ח געשניטן ווייץ אין קאליפארניע און אין איידעהא, און די וואס האבן געוואלט מחמיר זיין צו דער שיטה פון ר' יעקב הערש גאלדשטיין האט דאס טאקע געניצט (אריינגערעכנט ר' זלמן אליינס). זיי האבן אבער זיך געטראפן אין א ווינקל נישט האבנדיג קיין עצה, נאכצוטאנצן ר' אהרן האט זיי נישט געפאסט, און דא איז דאך אויך געווען די קריטיק פון ר' אברהם לויפער וועלכער ווערט פאררעכנט ווי א זאלי. אין אמת'ן זענען הרב גאלדשטיין און זיינע ערשטע נאכפאלגער נאר אנטי עסטאבלישמענט מענטשן וועלכע ווערן אין אלגעמיין פאררעכנט אלס זאלי'ס, אפילו ווען זיי האבן נישט קיין שום שייכות צו קיינעם.

ר' אברהם לויפער האט געשריבן אין זיין ספר פון תשס"ז, אז אויב מ'וועט שניידן צייטליך זיי וועלן אויך נוצן אין די קומענדיגע יאר דעם אריזאנער ווייץ. למעשה האט ער נישט אזוי געטאן, נאר תשס"ח האט ער ווידער אפירגעזוכט נייע קריטיק.

דרויסנדיגע לינקס

דעילי נוס אפריל 5