אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אפרים גרינבלאט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 41: שורה 41:


[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 23:14, 26 נאוועמבער 2022

קיין פריי בילד
רבי אפרים גרינבלאט

הרב אפרים גרינבלאט (תרצ"ב, 1932 - ב' שבט תשע"ד, 3טן יאנואר 2014) איז געווען א וועלטס פוסק אין די פאראייניקטע שטאטן, בארימט מיט זיינע תשובות "רבבות אפרים".

ביאגראפיע

הרב אפרים איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו זיין פאטער הרב אברהם ברוך (געבוירן אין בריסק) און זיין מוטער עליזה (בירנשטאק), דער בכור אין א משפחה פון עלף קינדער. די משפחה האט געוואוינט אינעם "כרם" פערטל (היינט א טייל פון מקור ברוך).

ער האט געלערנט אין דער קלעצקער ישיבה אין רחובות ביי הרב שך. אלס בחור פון ניינצן יאר האט אים זיין זיידע, הרב יצחק גרינבלאט, געהייסן גיין וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט געלערנט אין ישיבת תפארת ירושלים אין ניו יארק סיטי ביי הרב משה פיינשטיין. אין תשי"ב (1952) האט אים הרב פיינשטיין געשיקט קיין מעמפיס, וואו ער איז געווען א שוחט און א מחנך קרוב צו זעכציק יאר. במשך זיינע יארן אין מעמפיס איז געקומען צו אים א סך שאלות.

זיין הויפט ספר איז שו"ת רבבות אפרים (לויטן פסוק: "והם רבבות אפרים", דברים ל"ג), אין ניין בענדער, מיט טויזנטער תשובות פון די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן. אויך האט ער געשריבן: רבבות אפרים על התורה (צוויי בענדער), רבבות ויובלות (צוויי בענדער, צוזאמען מיט הרב יובל נוף, אב"ד מעמפיס) אויף הלכות דעות און אנדערע טעמעס.

זיין פרוי מרים איז אומגעקומען אין אן אויטא אומפאל ווען זי איז אריבערגעגאנגען די גאס, אין תשס"ב (2002). זיינע לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין הר נוף, ירושלים.

ער האט געהאט א ביבליאטעק פון 26,000 ספרים, וואס בית מדרש גבוה אין לייקוווד האט געקויפט ווען ער האט עמיגרירט פון אמעריקע.

משפחה

די קינדער פון הרב אפרים און זיין ווייב מרים זענען:

  • הרב יצחק, אין פאר ראקעוועי
  • הרב מנחם, רב פון אגודת ישראל אין סאנט לואיס
  • מרת מאשא, ווייב פון הרב אלעזר לאנגזאם
  • מרת גאלדא קעניגסבערג
  • מרת סימא אין ירושלים

זיין שוועסטר לאה איז געווען די ווייב פון הרב שלמה ברעוודא.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!