אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אפרים אויערבאך"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022
אפֿרים אויערבאַך (געבוירן ה'תרנ"ב (1892) אין בעסאַראַביע, אוועק ה'תשל"ג ( דעם 4טן מיי 1973) אין תל אביב) איז געווען א יידישער דיכטער, שרייבער, רעדאקטאר און איבערזעצער.
ער איז מחונך געווארן אין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אבער שוין אין זיין יוגנט האט ער ערהאלטן אַן אלגעמיינע ערציהונג. אין יאר ה'תרע"ג איז ער ארויף קיין ארץ ישראל ביי דער צווייטער עליה און איז געווען אַן ערד ארבייטער.
זיינע ערשטע דערציילונגען אויף רוסיש און אויף יידיש זיינען געדרוקט געווארן ווען ער איז געווען 17 יאר אלט. אין יאר ה'תרע"א (1911) האט ער פובליצירט צום הערשטנס דערציילונגען פאר קינדער אויף העברעיש, אבער מיינסטנס האט ער געשריבן אויף יידיש.
נאך דער ערשטער וועלט קריג האט ער אימיגרירט צו USA און האט זיך דארט פארזאמלט פיל יארן. אין יאר ה'תש"ל (1970) האט ער ווידער עמיגרירט קיין מדינת ישראל, און איז דארט אוועק אין יאר ה'תשל"ג.
זיין פאעט "חומש סטעפ" פון זיין בוך "וואך אין דער סטעפ":