אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (קראקע)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 29: שורה 29:
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
{{DEFAULTSORT:בידערמען, שמעון נתן נטע}}
{{DEFAULTSORT:בידערמען, שמעון נתן נטע}}
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 00:41, 18 דעצעמבער 2022

רבי שמעון נתן נטע בידערמאן
5'טער לעלאווער רבי

רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (י"ח אייר תר"ל1870 - ג' תשרי תר"צ, 1929) איז געווען דער פינפטער לעלאווער רבי.

ביאגראפיע

ער איז געווען דער זון פון רבי דוד צבי שלמה בידערמאן און זיין ווייב מרים, א טאכטער פון רבי נח פינחס הורוויץ פון בראד און צפת. ער האט געהייראט מרת חנה, די טאכטער פון רבי יוסף ציינווירט פון קראקע. ער געווען איינער פון די חכמים פון  ישיבת שער השמים. ער איז ארויסגעפארן קיין פוילן אין די יארן תרנ"ג, תרס"ו און תרע"ג. ביי זיינע נסיעות איז ער געבליבן א לאנגע צייט ביי זיין רבי'ן רבי ישראל פערלאוו, דער סטאלינער רבי. אין תרע"ג האט ער זיך באזעצט אין קראקע און געפירט זיין הויף דארט. אין תרפ"ו, נאך 13 יאר, אין ער צוריק קיין  ארץ ישראל וואו ער האט זיך באזעצט אין דער אלטשטאט ירושלים, דארט האבן די חסידים פון זיין פאטער, וואס איז נפטר געווארן אין תרע"ח, מקבל געווען זיין אדמורו"ת. ער אליין איז געבליבן א קארלינער חסיד.

נאך דער פטירה פון זיין ווייב (בערך אין תר"ע) האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט דער אלמנה פון הרב אברהם שווארץ, אב"ד פשעמישל.

משפחה

  • רבי משה מרדכי בידערמאן (תרס"ד - כ"ד טבת תשמ"ז)
  • רבי יעקב יצחק בידערמאן (כ"ג שבט תרס"ז - כ"ג אלול תשמ"א)
  • פנחס חיים
  • אלישבע ווייב פון מנשה ליפשיץ
  • רבקה רחל ווייב פון אברהם יוסף בראנדוויין, בזיווג שני ווייב פון יעקב ערבליך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!