אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קייאמישע לעיק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קייאמישע לייק צו רוי:קייאמישע לייק אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 23:41, 8 יאנואר 2023

41°40′59″N 74°39′39″W / 41.68306°N 74.66083°W / 41.68306; -74.66083 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט


קייאמישע לייק איז א האמלעט אין דער שטאט טאמפסאן אין סאליוואן קאונטי, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. דער זיפ קאד פאר קייאמישע לייק איז 12751.

קייאמישע לייק געפונט זיך צווישן מאנטיסעלא און פאלסבורג.

אין קייאמישע לייק איז דא א מאנסי - וויזשניצער שטעטל וועלכע באשטייט פון ארום הונדערט משפחות. זיי האבן געעפנט א גרויסער בית מדרש מיט א באקוועמער מקוה וועלכע ציהט באזוכער פון איבעראל א גאנץ יאר. דער רב פון דער וויזשניצער קהילה איז רבי מנחם מענדיל האגער, וועלכער איז געקרוינט געווארן רבי נאך דער פטירה פון זיין פאטער רבי מרדכי, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און איידעם פון רבי יעקב יוסף טווערסקי סקווירא רבי אין אמעריקע.

אויכעט געפונט זיך דארט די מאנסי - וויזשניצע ישיבה גדולה "גיבערס".

אין דער געגנט פון רוט 42 זענען קווארטירט פילע חסידישע קעמפס אזוי ווי צום ביישפיל: צעהלים, באבאוו, שאפראן, און ווען עס הייבט אן צו פארן פון מזרח אויף מערב איז דא הארט דערנעבן קרית ויואל משה (ארונים) באנגעלא קאלאני.

אויך אין קייאמישע לייק געפונט זיך דער מונקאטשער קעמפ וואס איז באקאנט מיט זיין צויבערנדע מקוה ווי עס קומען צו פארן אידן פון איבעראל אין די ארומיגע בערג.

דארט איז אויכעט הויפטקווארטירט די פירמע פון קוואל וואסער ליזשאור טיים


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!